לדלג לתוכן

רעפובליקאנער פארטיי

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון רעפבוליקאנער פארטיי)

צו מיינט איר רעפובליק?

די רעפובליקאנע סימבאל.

רעפובליקאנער פארטיי איז א פאליטישער פארטיי וואס אין אמעריקע איז זי מער לטובת די רעכטע. זיי זענען אין אלגעמיין די קאנקורענט פון די דעמאקראטן דאס זענען די 2 גרויסע פארטייען אין אמעריקע.

רוב אידן זענען קעגן רעפובליקאנער צוליב דעם וואס זיי זענען זייער אפאוזד צו צדקה פאנדס פון רעגירונגס קאסע. און נעמען זיך נישט אן פאר די באקריוועדעטע מיניראטעטן אזוי שטארק ווי די ליבעראלן.

אבער וויבאלד זיי זענען מער קאנסערוועטיוו און טראדיציאנאל געשטימט איז דא צווישן די פרומע אידן וואס שפירן זיך מער באקוועם אין דער רעפובליקאנער פארטיי, צוליב דעם וואס זייער פלאטפארמע פארלאנגט קעגן אבורטאציע, די פארטיי איז פאר שטרענגערע געזעצען קעגן מערדער, זיי זענען קעגן אומאראלישע געזעצען און קעגן חוקי תועבה פון משכב זכר און ציווילע אנגעהערשאפטאן. פרומע אידן זענען בדרך כלל מער פאר אנגעהערקייט פאר די פאמיליע לעבן ווי איידער לעבען א פריי לעבן אהן קיין פאמיליע.

אזעלכע רבנים ווי למשל ר' אביגדור מילער איז געווען זייער שארף פאר די וויזיע פון פרעזידענט רעיגן, ביי זיינע דרשות האט אסאך פארלאנגט אז אלע רעליגיעזע אידן זאלן שטימן בלויז פאר די רעפובליקאנער פארטיי, ער פלעגט זאגן אז לויט די געזעצען פון די תורה איז אסור צו זיין א דעמאקראט אדער א ליבעראלער.

אויך זענען דא צווישן פרומע אידן וואס זענען מער באקוועם מיט דער רעפובליקאנער פארטיי וויבאלד די דעמאקראטן און ליבעראלע זענען קעגן אלע סארט רעליגיעס, און זענען מער אפֿן צו געדאנקען פון אפיקורסות.

בארימטע רעפובליקאנער

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אלע פאליטישע פארטייען וואס עקזיסטירן אין די פאראייניגטע שטאטן