רעדן:רשימה:גרינסן
גרינס און פרוכט
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער קלאסיפיקרונג וואס ווערט גערופן אויף ענגליש Fruit און וואס ווערט גערופן vegetable האט געהאט א געזעצליכן נפקא מינה לגבי צאל-טאריפן, דער אמעריקאנער געריכט האט באשלאסן אז וואס מען עסט אלס צושפייז הייסט גרינס טאמאטע, און וואס מען עסט אלס דעזערט הייסט פרוכט. אבער ביי דעם יידישן פאלק איז דער טעמע אסאך עלטער, הן לגבי ברכות הן לגבי שמיטה וכהנה. דער חילוק שפילט זיך אויס למשל ביי אלע סארטן מעלאנעס, וואס לויט דעם אמעריקאנער געריכט איז דאס פירות, דערגעגן לויט די הלכה איז דאס ירקות. כ'האב מיך אומגעקוקט אין סופערמארקעטס האב איך געזען אז די מעלאנעס ליגן מיט ירקות, דערפאר וואלט איך מציע געווען מען זאל זיך האלטן ביים יידישן קלאסיפיקרונג, וואס דאס איז לכאורה דער עמא דבר. --יוסל 17:02, 10 סעפּטעמבער 2009 (UTC)
- ס'איז אפשר דא א מקום צו רופן מעלאנען א.ד.ג. גרינסן, אבער מ'קען נישט פארלאזן אויף דער ברכה אליין. למשל טרוסקאווקעס און באנאנען זענען נישט קיין גרינסן אבער א ברכה מאכט מען בורא פרי האדמה. --פוילישער 22:21, 10 סעפּטעמבער 2009 (UTC)
פאפריקע
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]כ'וואלט געוואלט ביישרייבן דעם גרינס Bell Pepper, למעשה אין דעם יידישן אויסשפראך ניצט מען פאפריקע סיי פאר דעם גרינס און סיי פאר דעם Chilli Pepper און סיי פאר דעם געמאלינן פאודער, כ'וואלט געדארפן א ריכטליין פאר די נעמען--יוסל 12:35, 11 סעפּטעמבער 2009 (UTC)
- אפשר קען דער עיקר ארטיקל (מיטן קעפל "פאפריקע") זיין פאר Bell peppers, וואס אין ענגלאנד רופט מען זיי סתם peppers, און אין אסאך אייראפעישע לענדער paprika, און א צווייטער ארטיקל "טשילי פאפריקע". פארן דריטן ארטיקל קעפל, אפשר "פאפריקע (געווירץ)" אדער "פאפריקע (געטריקענט)" --פוילישער 11:28, 13 סעפּטעמבער 2009 (UTC)
אספערזשין
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]וואס איז דער מקור פונעם ווארט "אספערזשין"? --פוילישער 11:28, 13 סעפּטעמבער 2009 (UTC)
- כ'האב נישט דערווייל קיין דירעקטן מקור, נאר כ'האב געזען אז אין אלע שפרייכן בלייבט עס ארום דעם נאמען. ווי כ'האב געשריבן רעדן:רשימה:פרוכט כ'האב דערפאר אנטוויקלט דעם טאבעל, אז פאר מען שרייבט די ארטיקלן זאל שוין זיין מערוועניג א קאנצענסוס איבער די יידישע נעמען.--יוסל 06:53, 14 סעפּטעמבער 2009 (UTC)
קירבעס
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]כ'וואלט געוואלט ביישרייבן דעם קירבעס, אבער איך דארף קענען צוטיילן די מינים, צ. ב. ש. Squash, Butternut Squash, Pumpkin, Coourgette --יוסל 07:12, 14 סעפּטעמבער 2009 (UTC)