לדלג לתוכן

רעדן:פייסבוק

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

איבער דעם קעפל נאמען

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איך באמערק אז רוני האט דא באוועגענט דעם נאמען אן זיך דורכרעדן סתם מיט א שווייגעניש אן רשות קעגן פאליסי אז מטאר נישט באוועגן פארן זיך דורכרעדן און דעם אנדערן פאליסי פון נישט טוישן דעם קעפל וואס דער מחבר האט געמאכט אפילו מרעדט זיך דורך אן קיין באדייטענער רוב.

איז לאמיר פרובירן זעהן דעם ריכטיגן קעפל סאיז מיר זייער שווער צו געסן רוניס מאטיווען אבער אויב וויל ער דוקא ווי די ליטווישער העברה אויף עי צו מאכן דאס יי זאל אים וואול באקומען מקען נישט צווינגן דא זיין דעה אויף אן אנדערן. אחוץ אויב דער ניק פוילישער דרוקט זיך אויך אויס אז ער וויל דאס אזוי. און אפילו אויב דער פוילישער רופט זיך דאס אן מיטצושטימן מיט רוני איז דער נאמען פייסבוק זיכער נישט קיין פשרה ווייל אויב אידיש איז דאך בוך דער ריכטיגער צווייטער העלפט און נישט בוק. מקען שרייבן מיט לאטיינישע אותיות אלץ פשרה אבער דערווייל איז דאך דער רוני שטיל און באוועגט אן קיין זיך דורכרעדן דארף איך נישט נוצען קיין פשרה זאל ער אויפקומען דערמיט. איך וועל ווארטן איין וואך אפשר דאך וועט ער זיך בארעכענען און זיך דורכרעדן.--Chaim Shel 15:16, 31 מערץ 2009 (UTC)[ענטפֿער]

אפדעיט פוילישער האט זיך ב"ה אנגערופן [1] אבער האט אויך נישט די מינדעסטע מענטשליכקייט צו קומן דא אפען אויפן שמועס זייט און זיך דורכרעדן געהעריג צו פרובירן האנדעלן און שאפן א קאנסענסוס. איז אשר על כן וועל איך מוזן רעדן אנשטאט אים און אלע ניקס וואס שווייגן אבער דרייען צוריק: פוילישער זאגט אז דער ארגינעלער ווערסיע פעיסבוק האט נישט קיין מקור - איז אזוי ער וועט אייך נישט פארציילן אז זיין ווערסיע האט אויך נישט קיין מקור... נאר וואס יא פרובירט זוכן - גוגל געבט מקורות פאר ביידע אייניג סיי דער ליטווישער אויסדרוק פייס און סיי דער חסידישער אויסדרוק און וועג פון שרייבן פעיס דאס איז ארגינעל געשריבן [2] לויט וויזוי די חסידים שרייבן דאס, ביטע נישט פירן א צווואנגס לאגער דא צו איבערפארגעוואלדיגן וויאזוי זיי שרייבן. אז די ניקס רוני מיט פוילישער ווילן טוישן עפעס מוזן זיי זיך דורכרעדן. א דאנק איך וועל איצט ווארטן נאך א וואך ווייל מיין פאליסי איז נישט חלילה וחס טוישן קיינעם פאר א וואך וואס יענער שווייגט--Chaim Shel 17:21, 7 אַפריל 2009 (UTC)
אפדעיט #3 - שוין ווידער צום דריטן מאל האט דער רוני צוריקגעדרייט שטים און זיך דורכרעדן קיין איין איינציג ווארט באוויז - זיין אויפירונג דא איז קעגן דעם גרינד פרינציפ פון וויקיפעדיע: אז מען מוז זיך דורכרעדן איידער מ'ענדערט אן אנדערן'ס ארבייט - איבערהויפט און ספעציעל ביים ענדערן יענעם'ס קעפלעך. אויך זעהט ספעציפיש דעם אידישן וויקיפעדיע פאליסי בלאט וואס רוני זעלבסט האט געשריבן און קיינעם נישט געלאזט ענדערן ד.ה. פארשפארט רוב צייט וויקיפעדיע:אידיש אדער יידיש אז ייוו"א קען נישט און וועט נישט צווינגן דא חסידים וויאזוי צו שרייבן. אין אמעריקע שרייבט מען און מען זאגט אויף אלע AI אדער A<<E עי און נישט דעם ליטווישן אפגעשטארבענעם יי ווי רוני וויל דא אגאנצן צייט צוריקטוישן אן קיין מינדעסטע מענטשליכקייט זיך דורכרעדן פארוואס. דאס וועט אי"ה בלייבן ווי ארגינעל געשריבן ביז רוני וועט זיך אנהייבן אויפירן מענטשלעך און זיך דורכרעדן. א דאנק.--Chaim Shel 15:12, 19 אויגוסט 2009 (UTC)[ענטפֿער]

מ'רעדט זיך ניט דורך איבער גרונטענע ייִדישע כּללים. ►רוני◄ 06:23, 20 אויגוסט 2009 (UTC)[ענטפֿער]

דא איז דיין טעות מ'רעדט זיך אבסאלוט קאטעגאריע יא דורך איבער אלעס און אלעמען וואס מ'טוט אין וויקיפעדיע. לענין וואס דו ענטפערסט [א גרויסן דאנק דערפאר אז דאס איז נישט אויסגעהאלטן לויט די סאמע גרונטען פון אידיש, איז אדרבה לאמיר דאס דורכשמועסן: וועלכער כלל איז דאס? יי צו עי? האב איך דיר שוין פריערט און מיליאנען אנדערע פלעצער אויפגעוויזן אז מיר חסידים שרייבן דאס מיט עי און מיר זענען דאך סיי ווי רוב פון אידיש רעדער קען זיין מיר האבן א טעות אבער אן דורכרעדן וועלן מיר נישט פארשטיין אונזער טעות? סא פליז ביעט בבקשה איך קיש דיר די פיס ביעט רעד דיך דורך איך וועל דיר צאלן א מיליאן דאלער און דו וועסט האבן איינגעהאלטן די גרונט יסוד שטיין פון וויקיפעידע קהילה וואס הייסט צוזאמענארבייט דורכרעדן און קאנסענסוס בויען. --Chaim Shel 15:43, 20 אויגוסט 2009 (UTC)[ענטפֿער]


כ'האב געזוכט נאכאמאל און ווייטער נישט געטראפן אז מען ניצט דעם אויסלייג "פעיסבוק". --פוילישער 23:31, 22 אויגוסט 2009 (UTC)[ענטפֿער]
איך גלויב אז דו קענסט דעם זוך מאשין גוגל? איז מיר וואונדערלעך ביז גאר דיין געמאכטע תמימות. ביטע הער אויף צו נוצען דעמאגאגיע. קיינער קען נישט לייקענען אז מע'נוצט דאס ווארט פעיסבוק גוגל געט דאך צענדליגע רעזולטאטן אויף דאס. די שאלה איז נאר פארוואס זאל מען דא צווינגן די עולם צו ריידן דוקא דעם ייוו"א אויסלייג. מיר האבן א פאליסי אז חסידים האבן זייער אייגען וועג פון שרייבן און מיר צווינגן זיי נישט זיך צו טוישן און שרייבן וויאזוי א מיעוט ייוו"א אידישיסטן ווילן. נישט ענדערן דעם פאליסי א דאנק--Chaim Shel 15:38, 23 אויגוסט 2009 (UTC)[ענטפֿער]

אַזױ װי מ'שרײַבט בײדע קלײנע אא"װ און ניט בעידע קלעינע אַזױ שרײַבט מען אױך פֿײסבוק און ניט פֿעיסבוק. ►רוני◄ 06:41, 23 אויגוסט 2009 (UTC)[ענטפֿער]

רוני הער אויף צו טרייבן שפאס, ווייל איך האב מער צייט צו דיר צו ענטפערן אויף אלע ליצנות'ער: ביידע און קליינע זענען נישט ביי קיינעם געשריבן מיט א עי און חסידים זאגן דאס אויך אנדערשט פון פעיסבוק. איז אלזא פארוואס זאל מען צושטעלן הודו מיט קוש?! ביידע האט גארנישט איינגעלייגט צו פעיסבוק?! וואס מע'שרייבט יא מיט א עי' און מע' זאגט דאס אויך מיט אן עי און נישט מיט אן יי ווי גיין. פעיסבוק איז דאס זעלבע געזאגט און געשריבן ווי זשעימס עברעם גארפיעלד באלד וועסטע וועלן שרייבן זשיימס? ניין! מיר צווינגן נישט דא קעגן חסידים אז דו ווילסט קענסטע שרייבן הונדערטע רידיירעקטס דערווייל בלייבט דאס ארגינעל ווי די שרייבער האט דאס געשריבן קודם פעיסבוק און נישט פייסבוק --Chaim Shel 15:38, 23 אויגוסט 2009 (UTC)[ענטפֿער]