רעדן:עסציטאלאפראם

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

וואס מיינט פי פי די, און עי פי די פעלוויס ווייטאגן ? -- די באמערקונג איז געשריבן פון באניצער ששון וואס האט פארגעסן אונטערשרייבן.

נו וואס מיינט עס ששון 23:20, 6 יוני 2010 (UTC)


פי. פי. די. איז דער אקראנים פאר פ'אסט פ'ארטום 'דעפרעשאן, "פארטאם" הייסט דאס ארויסגעבן א קינד פון דער מוטער, וואס אסאך מאל מאכט זיך אז דער קינד נעמט ארויס צו פול כעמישע באשטאנדטיילן פון די מוטער און דאס שוואכט איר אפ, דאן טוט דאס ערזעצן די כעמיקאלן (מער וועגן דעם וועט אי"ה שטיין אין א באזונדערן ארטיקל איבער דער טעמע Wwii study 21:11, 6 יוני 2010 (UTC)
עי. בי. די. פעלוויס. איז א חלק פון דעם גוף דאס פאדערט אויך א באזונדער ארטיקל אבער דער פלאס איז בערך ביים גיד הנשה, דאס איז וואס עס האלט דעם געוויכט פון דעם גוף אויף די פוס, און אויב ווערט דאס איבערגעשטרענגט קען מען האבן שטארקע יסורים און די מוסקלען קענען ווערן איינגעשרומפן, דעמאלטס ראטן די דאקטוירים אויך צו נעמען לעקסעפראוי, אדער אין אנדערע פעלער, סטערטארלין, אדער פלאקסיטין, אדער אן אנדער, עס איז פארשטייט זיך נישט ערלויבט צו נעמען אן קיין רשות פון קיין דאקטער און יעדער פאל פאדערט זיך א גוטן דיאגנאז צו וויסן וואס עס איז גוט פארן ספעציפישן פאל, און גאר עקסטרעמע פעלער (צ.ב.ש. ביי עלטערע אידן און/אדער נאך אן אפעראציע) וועלן זיי געבן אויף זייער א קורצער טערמין פריקאסעט, אבער דאס איז שוין זייער נארקאטיק, ד.ה. אדיקטיוו, דערפאר טוען זיי דאס פארמיידן פאר יעדן פרייז און געבן דאס נאר אין אויסנאם פעלערWwii study 21:11, 6 יוני 2010 (UTC)

ס'דא נאך א סארט מעדעצין א טאבלעט, 'קלונאזעפאם' וואס מאכט זייער שנעל רואיג, אויכעט נאר געראטן לויט דאקטוירים אויף א קורצע טערמין נאר ווען מ'דמוז עס האבן עמערדזשענסי איינס צוויי מאל אבער נישט קיין סאך.ששון 23:19, 6 יוני 2010 (UTC)

קלאנזעפעם/קלאנאפין איז אביסל אן אנדער סארט מעדעצין עס איז פון אביסל אן אן אנדער סארט קאטעגאריע, און ווי איר שרייבט שוין אליינס איז דאס נישט געראטן נאר פארן קורצן טערמין Wwii study 04:49, 7 יוני 2010 (UTC)
אדרבה, שרייבט וועגן דעם 'קלאנעזעפין', וואס דאס איז, און פארוואס איז דאס נישט אזוי געראטן פאר לענגערע טערמינען. ששון 07:01, 3 מערץ 2011 (UTC)