רעדן:עלעפאנט
מראה
עלעפאנט אדער העלעפאנד?
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]עס איז דא צוויי אנליין אידישע דיקשאנעריס, איינער שרייבט דאס מיט אן ה און די אנדערער מיט אן ע אין אנפאנג וויבאלד היינט צו טאגס שרייבט יעדער איינער מיט אן ע ווי גוגל צייגט. קומט דאס מיט אן ע. כאטשיג טייל אידישיסטן שרייבן נאך מיט אן ה אבער ווי גוגל זאגט זענען זיי טאקע דער מיעוט היינט און זיי קענען נישט ארויפצווינגן זייער מיינונג אויפן פאלק וואס רעדט אידיש צום טעגליכען באנוץ. א דאנק.--יודל 11:03, 27 מארץ 2008 (UTC)
- וואס די הייד פארק שרייבערס שרייבן ענגליש מיט יידישע אותיות איז נאך נישט קיין ראיה אויף יידיש. יידיש רעדערס זאגן "העלפאנד". --פוילישער 15:16, 28 מארץ 2008 (UTC)
- אייער טענה איז נישט קיין טענה ווייל הייד פארק איז נישט דריי מענטשן אדער איינער ווי אייך. און אויך די גוגל רעזולטאטן ווייזן אויף נאך מער רעזולטאטן און נישט בלויז פון הייד פארק. בכלל איז רוב ווערטער פון אונזער שפראך די בעלי חיים און די טעכניק וואס איז געווארן שפעט קלאסיציפירט נאך פון ענגליש. און ענגליש איז פון לאטייניש וואסערע טענה איז דאס אז מען אדאפטריט. אויב די שפראך טוט דאס אדאפטירן ווי איר זענט מודה קענט איר נישט קומן און זאגן איך פארשטיי בעסער און איך גיי זיך שלאגן מיטן שפראך און דאס שרייבן אויף מיין אויסגעטראכטן ווארט. דאס איז נישט ערלויבט אין וויקיפעדיע ווייל וויקיפעדיע געהער נישט פאר א יחיד נאר פארן רבים דער המון עם וואס נוצט די שפראך, אבער לויט ווי איך זעה האט אן אנדער געשריבן דעם ארטיקל נישט אייך דאן האט איר נישט קיין רעכט דאס צו באוועגן מיט א נייעם קעפל. א דאנק.--יודל 13:11, 30 מארץ 2008 (UTC)
- אין הייד-פארק פארומען קען מען זיך דערלויבן צו שרייבן א גערעדטע יידיש, וויקיפעדיע איז נישט א שמועס ארט, וויקיפעדיע דארף זיין געשריבן ליטעראריש מיט די באשטימטע געזעצן. אויב די שאלה איז צי זאל מען גיין לויט די יידיש-אינסטיטוציע אדער לויט אן אנדערע - ניחא. אבער סתם נאכגיין פארומען קומט נישט אין באטראכט. ►רוני◄ 14:25, 30 מארץ 2008 (UTC)
- אידיש איז א שפראך וואס ווער דאמינירט לויט ווי אזוי מען רעדט איר, אנדערש פון אנדערע אפיציעלע שפראכן וואס בדרך כלל געהערן צו מדינות ווי ס'איז פארהאן געזעצן ארום איר. ס'איז אין אידיש אויך פארהאן כללים ווי לשון זכר און לשון נקבה (דער-די) אבער אלע אנדערע א ווערטער ווערן דומינירט לויט ווי ס'ווערט גערעדט. ס'איז א אונגענומענער פאקט אז רוב אידיש רעדענדע האקן זיך אויס די ציין ביים ליינען אן ארטיקל אין די אידישיסטישע צייטונגען. ס'איז אויך א אונגענומענער פאקט אז די אידישיסטישער אידיש פייגערט אפ. ממילא האט נישט קיין זינען צו שרייבן א אינצייקלאפידיע וואס וועט ביז 15-20 יאר זיין אומפארשטענדליך צו 99% פונם ציבור. און צום עצם ענין פון עלעפאנט, ווען מען שרייבט עלעפאנט פארשטייען די אמעריקאנע אידישע רעדנער וואס דאס איז, די ארץ ישראל'דיגע אידן וועלן נישט וויסן. ווען מען שרייבט העלעפאנד וועלן די ארץ ישראל'דיגע אידן דאס נישט פארשטיין און צוגאב צו די אמעריקאנע אידן, חוץ עטליכע הונדערט אידישיסטן, און קאנטראסט צו "טויזענטער" וואס רעדן דעם היימישן אידיש. נישט לאנג צוריק האט זיך די דייטשע שפראך געטוישט, די אלטע "און אמת'דיג" דייטש האט באקומען דעם נאמען "הויך דויטש", און דער נייער דייטש האט באקומען דעם טיטל "דויטש", לשיטתכם וואלט די אלטע דויטש געדארפט בלייבן מיטן נאמען דויטש און דער נייער וואלט געדארפט באקומען א נאמען אזוי ווי "ניי דויטש" "היימיש דויטש" חסידיש דויטש". אלא מאי, א שפראך גייט לויט ווי רוב רעדן נישט לויט די ביכער, און די ביכער שטעלן זיך צו צום ציבור נישט דער ציבור צו די ביכער. מיט איין נקודה דארף מען יא גאר שטארק אכטונג געבן. מיט ווערטער אזוי ווי "ווינדאוי" אוודאי דארף מען שרייבן "פענסטער" אדער "שויב", אזוי אויך "סטעפסט" אוודאי דארף מען שרייבן "טרעפ" וכדו', אבער ארויפצווינגען "אלט אידיש" איז א קינדישע דמיון וואס וועט נישט ארבעטן. חלומ'ט נישט אז אין די מקוה'ס וועט מען זיך פלוצלינג נעמען רעדן "וויקי-אידיש" גיבט אויף דעם מערכה. איר קענט האלטן דעם שפראך צו ריין אידיש, מיט ווי ווייניגער ענגליש, אבער פראבירט נישט ארויפצודרוקן א אידיש וואס אונזערע זיידעס האבן שוין איבערגעלאזט, ווייל איר ווילט געפעלן די 1% אידישיסטן. ס'איז א פאקט אז אידיש ווערט דאמינירט דורך די "חסידים". --משגיח 20:58, 30 מארץ 2008 (UTC)
- איך בין נישט איבערגעצייגט אז ס'דא מער חסידים וואס רעדן יידיש ווי יידישיסטן וואס אינטרעסירן זיך אין יידיש. עכ"פ אינטערנעט באניצערס זיינען מן הסתם דא מער יידישיסטן. און לענינינו איך גיי מיך נעמען גאר א ריזיקע וואקאציע פון דער וויקי (א פאר מאנאטן) איך האפ אז ווען איך וועל צוריק קומען וועל איך נישט זען דא א דולויס. ►רוני◄ 16:59, 30 מארץ 2008 (UTC)
- אידיש איז א שפראך וואס ווער דאמינירט לויט ווי אזוי מען רעדט איר, אנדערש פון אנדערע אפיציעלע שפראכן וואס בדרך כלל געהערן צו מדינות ווי ס'איז פארהאן געזעצן ארום איר. ס'איז אין אידיש אויך פארהאן כללים ווי לשון זכר און לשון נקבה (דער-די) אבער אלע אנדערע א ווערטער ווערן דומינירט לויט ווי ס'ווערט גערעדט. ס'איז א אונגענומענער פאקט אז רוב אידיש רעדענדע האקן זיך אויס די ציין ביים ליינען אן ארטיקל אין די אידישיסטישע צייטונגען. ס'איז אויך א אונגענומענער פאקט אז די אידישיסטישער אידיש פייגערט אפ. ממילא האט נישט קיין זינען צו שרייבן א אינצייקלאפידיע וואס וועט ביז 15-20 יאר זיין אומפארשטענדליך צו 99% פונם ציבור. און צום עצם ענין פון עלעפאנט, ווען מען שרייבט עלעפאנט פארשטייען די אמעריקאנע אידישע רעדנער וואס דאס איז, די ארץ ישראל'דיגע אידן וועלן נישט וויסן. ווען מען שרייבט העלעפאנד וועלן די ארץ ישראל'דיגע אידן דאס נישט פארשטיין און צוגאב צו די אמעריקאנע אידן, חוץ עטליכע הונדערט אידישיסטן, און קאנטראסט צו "טויזענטער" וואס רעדן דעם היימישן אידיש. נישט לאנג צוריק האט זיך די דייטשע שפראך געטוישט, די אלטע "און אמת'דיג" דייטש האט באקומען דעם נאמען "הויך דויטש", און דער נייער דייטש האט באקומען דעם טיטל "דויטש", לשיטתכם וואלט די אלטע דויטש געדארפט בלייבן מיטן נאמען דויטש און דער נייער וואלט געדארפט באקומען א נאמען אזוי ווי "ניי דויטש" "היימיש דויטש" חסידיש דויטש". אלא מאי, א שפראך גייט לויט ווי רוב רעדן נישט לויט די ביכער, און די ביכער שטעלן זיך צו צום ציבור נישט דער ציבור צו די ביכער. מיט איין נקודה דארף מען יא גאר שטארק אכטונג געבן. מיט ווערטער אזוי ווי "ווינדאוי" אוודאי דארף מען שרייבן "פענסטער" אדער "שויב", אזוי אויך "סטעפסט" אוודאי דארף מען שרייבן "טרעפ" וכדו', אבער ארויפצווינגען "אלט אידיש" איז א קינדישע דמיון וואס וועט נישט ארבעטן. חלומ'ט נישט אז אין די מקוה'ס וועט מען זיך פלוצלינג נעמען רעדן "וויקי-אידיש" גיבט אויף דעם מערכה. איר קענט האלטן דעם שפראך צו ריין אידיש, מיט ווי ווייניגער ענגליש, אבער פראבירט נישט ארויפצודרוקן א אידיש וואס אונזערע זיידעס האבן שוין איבערגעלאזט, ווייל איר ווילט געפעלן די 1% אידישיסטן. ס'איז א פאקט אז אידיש ווערט דאמינירט דורך די "חסידים". --משגיח 20:58, 30 מארץ 2008 (UTC)
- אין הייד-פארק פארומען קען מען זיך דערלויבן צו שרייבן א גערעדטע יידיש, וויקיפעדיע איז נישט א שמועס ארט, וויקיפעדיע דארף זיין געשריבן ליטעראריש מיט די באשטימטע געזעצן. אויב די שאלה איז צי זאל מען גיין לויט די יידיש-אינסטיטוציע אדער לויט אן אנדערע - ניחא. אבער סתם נאכגיין פארומען קומט נישט אין באטראכט. ►רוני◄ 14:25, 30 מארץ 2008 (UTC)
- אייער טענה איז נישט קיין טענה ווייל הייד פארק איז נישט דריי מענטשן אדער איינער ווי אייך. און אויך די גוגל רעזולטאטן ווייזן אויף נאך מער רעזולטאטן און נישט בלויז פון הייד פארק. בכלל איז רוב ווערטער פון אונזער שפראך די בעלי חיים און די טעכניק וואס איז געווארן שפעט קלאסיציפירט נאך פון ענגליש. און ענגליש איז פון לאטייניש וואסערע טענה איז דאס אז מען אדאפטריט. אויב די שפראך טוט דאס אדאפטירן ווי איר זענט מודה קענט איר נישט קומן און זאגן איך פארשטיי בעסער און איך גיי זיך שלאגן מיטן שפראך און דאס שרייבן אויף מיין אויסגעטראכטן ווארט. דאס איז נישט ערלויבט אין וויקיפעדיע ווייל וויקיפעדיע געהער נישט פאר א יחיד נאר פארן רבים דער המון עם וואס נוצט די שפראך, אבער לויט ווי איך זעה האט אן אנדער געשריבן דעם ארטיקל נישט אייך דאן האט איר נישט קיין רעכט דאס צו באוועגן מיט א נייעם קעפל. א דאנק.--יודל 13:11, 30 מארץ 2008 (UTC)
וואס מיינט דולויס? ס'איז א פאקט אז ס'זענען דא מער אידיש רעדענדע ווי אידישיסטן. אפילו אויפן אינטערנעט, אדרבה, טרעף מיר א אידישיסטישע פורום אזוי ווי הייד פארק קרעטשמע אידישע וועלט וכדו' --משגיח 20:58, 30 מארץ 2008 (UTC)
- אפשר פארומען זענען דא ווייניקער ווייל די יידישסטן זיינען נישט איין קהילה פון איין חסידות וכו' אבער עס זיינען דא פיל דערהיינטיקטע יידישע זייטן און צייטונגען, הונדערטער קורסן אין אוניווערסיטעטן אא"וו איבער דער גארער וועלט. ייוו"א איז די אנגענומענע יידיש ביי אלע (אפשר אחוץ עטליכע ווערטער ווי למשל זיינען אנשטאט זענען, ניט אנשטאט נישט, אונד אנשטאט און אד"ג) א חסידישער וואס וועט לייענען וועט אים נעמען נאר א פאר טעג זיך צו צוגעוווינען צו דעם, פרוביר לייענען דער פארווערטס צוויי-דריי טעג וועסטו זען. דולויס איז א "בית משוגעים" (ירושאלמיש) איך ווייס נישט ווי אזוי איר רופט דאס. ►רוני◄ 04:10, 31 מארץ 2008 (UTC)