לדלג לתוכן

רעדן:ספר

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

עס איז נישט ריכטיג: אדער אפילו דברי חול וואס איז אבער אין העברעיש ווערט גערופן ספר. רוני 15:02, 29 יאַנואַר 2006 (UTC)[ענטפֿער]

טויש ווי דו פארשטייסט אבער איך מיין צוזאגן אויב איך בין נישט טועה אז אין ארץ ישראל רופן די אלגעמיינע וועלטליכע א בוך ספר.--יודל 15:05, 29 יאַנואַר 2006 (UTC)[ענטפֿער]

אויף העברעיש זאגט מען "בוך" אויף א דארע ספר, און "ספר" ווען עס איז דיק. אבער אויף אידיש מיין איך אז יעדע וועלטלעכע ספר רופט מען בוך, אדער א הייליגע ספר ווען עס איז דאר רופט מען איר אויך בוך. אבער איך בין נישט 100 פראצענט אין דעם. רוני 15:13, 29 יאַנואַר 2006 (UTC)[ענטפֿער]


היינט נאך וואס די טעכנאלאגיע איז זייער אנטוויקלט געווארן, איז די באדארפעניש פון ליינען ספרים אראפגעגיינגען, און מען שעפט וויסנשאפט און אנדערע פארוויילונג פון אנדערע מיטלען, ווי טעלעוויזיע, אינטערנעט, טעאטער אא"וו. איך מיין עס קומט נישט דא אריין פון פארוויילונג, א ספר איז נישט געמאכט פאר פארוויילונג, א ספר איז געמאכט צו שעפן וויסענשאפט, טעלוויזיע און טעאטער האבן נישט צו טעהן מיט ספרים, טאכנעלאגיע און אינטערנעט האט יא, אזוי מיין איך. אויך וואס דא שטייט אז די באדערפעניש צו ליינען ספרים איז היינט אראפגעגאנגען איז אויך נישט אינגאנצען ריכטיג, עס איז אמת אז מען האט אויףגעהערט צו דרוקן אזויפיל ביכער, אבער די אינדוסטרי פון דרוקן ביכער איז נאך אלס א ריזען געשעפט, עס קומט ליבערשט צו שרייבן עס האט זיך היינט געטוישט--יודישער שרייבער 15:38, 25 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]

ביי די אידיש רעדענדע אין ארץ ישראל רופט מען ספרי קודש "ספר" און ספרי חול מיט די הבערה פון די פרייע "סעפער". --משגיח 15:51, 25 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]
ווילסט מיר זאגן אז מעשה ביכלאך לייענט מען אויף צו שעפן וויסנשאפט? ►רוני◄ 16:05, 25 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]