לדלג לתוכן

רעדן:נחום ראזענבערג

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

ביטע מאכן אנציקלאפעדיש

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

נישט ענציקלאפידיש|זייער נאריש און אומענציקלאפידיש--למדן 23:12, 22 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]

פארעכטן נישט ענציקלאפידישע טעקסט און אנצייגען ווי עס איז נאריש און מען וועט פארעכטן--יודל 23:14, 22 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]

איז נחום א תלמיד פון העלמעצער רב?

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ער האט באקומען שימוש פון העלמעצער רב וואס איז געווען חד בדרא אין מקוואות. דער איידים פון דער העלמעצר רב, רבי אהרן ישעי' פעקעטעע דער היינטיגער העלמעצער רב, לייקנט דאס אפ, ער זאגט אז ר' נחום האט נישט באקומען שימוש פון העלמעצער רב, אין פאקט האט העלמעצער רב קיינעם נישט אויסגעלערנט, ער פלעגט אליין גיין אויפשטעלן מקוואות און געפארן אין די גאנצע וועלט צוליב מקוואות אבער ער האט נישט געהאט קיין תלמידים. אזוי זאגן אויך די אנדערע איידעמער פון העלמעצר רב ווי ר' מרדכי לאנדא, הרב מרדכי לייפער, דער נאדווערנער רבי, הרב ראובן בראך, הרב שמואל בנימין גרינפעלד, אלע זאגן אז ר' נחום איז בכלל נישט קיין תלמיד פון העלמעצר --יודישער שרייבער 19:10, 10 סעפּטעמבער 2009 (UTC)[ענטפֿער]

קודם כל ר' נחום קען מער לערנען און קען מער מקוואות פון העלמעצער רב. אבער איך גלייב שווער דו האסט געפרעגט די איידימער, דער פאקט איז אז דאס איז נשיט לשון הרע. אויב ר' נחום קלעימט דאס אפען און דו באהאלטסט דיך אונטער א ניק, פארוואס דארף מען מעקן?--Chaim Shel 14:27, 11 סעפּטעמבער 2009 (UTC)[ענטפֿער]
ר' נחום קען מער לערנען און מער מקוואות ווי דער העלמעצער ? וועלכער העלמעצר רעדסטו דא, אינעם ארטיקעל שטייט דאך אז ר' חנני' יו"ט ליפא דייטש דער העלמעצער איז א חד בדרא געווען אין מקוואות, עס איז דאך א פאקט אז ער האט אויפגעטשעטלט איבער 500 הונדערט מקוואות אין דער גרעטער אמעריקא און אויך אין דער גאנצער וועלט, ער האט מחבר געווען פערציג ספרים אויף עניני מקוואות "טהרת יום טוב", וואס האט הסכמות פון צענדליגער און הונדערטער רבנים פון די גאנצע וועלט. קעגן דעם וואס האט נחום ראזענעבערג שוין אויפגעטוען אין מקוואות ?. אויב מיינסטו דער היינטיגער העלמעצער רב, נו איך קען איהם נישט זייער גיט איך קען נישט זיין כח התורה, איך ווייס נאר אז זייט די חתונה זיצעט ער אין לערענט, ער איז שוין צענליגער יאהרן א ראש ישיבה און שואל ומשיב און פארהערע פאר בחורים, איך האב אים נישט פארהערט אבער פון ווי ווייסטו אז ר' נחום קען מער פון איהם. עני וועי דאס איז א שיקול הדעת איינער קען זאגן יא און איינער נישט.
בנוגע דיין שאלה צו עס איז לשון הרע אבער נישט, איך האב נישט גערעדט פון לשון הרע, איך צייכן נאך אהן צו עס איז אמת אדער נישט, און דאס אז ר' נחום איז א תלמיד פון רבי חנניא יו"ט ליפא דייטש איז נישט אמת, ער האט ביי איהם נישט געלערנט קיין מקוואות, אזוי זאגן אלע באקאנטע און נאנטע, זיי זאגן אז נישט, אויב איינער זאגט אז יא, זאל ער עס ביטע אנהצייכען. אויב רעדט מען פון א רב וואס האט נישט קיין תלמיד אויף עניני מקוואות, און איינער קומט זאגן איך בין יא א תלמיד, ווען זיינע נאנטע באקאנטע וואס זענען געווען מיט דעם רב פערציג - פופציג יאר זאגן אז נישט, דארף מען עס אויפצייגן.
איך פארשטיי נישט וואס וואס הייסט די ווערטער "איך גלייב שווער דו האסט געפרעגט די איידימער", אויב גלייבסט שווער זיי מוחל שטרענג זיך נישט אהן, און הייב אהן צו גלייבן גרינג, ווייל איך האב זיי יא געפרעגט. איך באהאלט זיך נישט איך זאג אופן ארויס ווער איך בין.--יודישער שרייבער 21:17, 13 סעפּטעמבער 2009 (UTC)[ענטפֿער]
איך גיי נישט דאר אריין אין א וויכוח מיט דיר איבערן העלמעצער למעשה איז גוט אז מ'האט אראפגענומען דעם פאקט אז נחום דארף האבן שימוש פונעם העלמעצער, דאס איז מסתם נישט א לשון הרע, אבער איין זאך בעט איך דיר ווען דו גייסט שרייבן אן ארטיקל איבערן העלמעצער ביטע נישט שרייבן אז ער האט באקומען שימוש פון נחום ווייל דאס איז שוין יא לשון הרע וויאזוי איינער קען שרייבן פערציג ספרים פיל מיט עם הארצות און ריינע הוילע שטותים און נאך זאגן אז ער האט געהאט א מגע ומשא מיט אזא גדול בתורה ווי נחום. איי ער האט הסכמות... נו נו לאמיר קודם ווארטן אויף דיין ארטיקל.... דא איז טאקע גוט אז עס איז ריין פון דעם העלמעצער רח"ל. --Chaim Shel 13:00, 14 סעפּטעמבער 2009 (UTC)[ענטפֿער]
איך האלט נישט ביי שרייבן א ארטיקעל וועגן העלמעצער רב, דאס איז נישט מיין עסק, איך האב דעם העלמעצער קיינמאל נישט פארהערט איך ווייס נישט וואס ער האט יא און וואס ער האט נישט געקענט, איך קען טאקע אויס אין וויליאמסברוג אבער איך האב נישט געהאט מיט איהם צופיל מגע ומשא, אבער איך האב געהערט פון דעם מויל פון נחום ראזענבערג ווי ער זאגט ברבים איך בין א תלמיד פונעם העלמעצער אין מקוואות', נו בין איך געגאנגנגען פרעגן די וואס האבן זיך געקענט מיטן העלמעצר, און אויך האב איך געפרעגט זיינע איידעמער און זיי זאגן אז עס איז נישט אמת, האב איך געזעהן דערפון ווי נחום ראזענעבערג זאגט אנדערש ווי די, ער זאגט אז ער איז א תלמיד פונעם העלמעצער, און לסוף איז עס נישט אמת.

און אצינד עטליכע פאקטען בנוגע הרב חנני' יום טוב ליפא דייטש אב"ד העלמעץ

  • ער שטאמט פון א רבני'שע משפחה, זיינע אור עלטערין זענען געווען פון די גרעסטע תורה ריזן ביי כלל ישראל ווי דער ב"ח. ש"ך, זרע יצחק, רמ"א, סמ"ע, קונטרס הספיקות א. א. וו. ווי עס איז אויסגערעכענט אין זיין קונטרס היחוס, זיינע זיידעס און זיין טאטע זענען אלע געווען אויסגערופענע תלמידי חכמים אין אונגארין, תלמידים פון די רביים פון ייטב לב און קדושת יום טוב, אלע זענען געווען אבער מוצי"ם אבער שוחטים [וואס אין יענער צייט איז א שוחט געווען דער חשובעסטער איד אין שטאט], אויך זענען אלע געווען געלונגענע אידן געקענט לערנען, שרייבן חידושי תורה, דרש'נען א. א. וו. זיין שווער איז געווען רבי יוסף אבאלעס, דער שאלויער רב, זיי שוואגער איז געווען דער אלמען באקאנטער רבי סענדר דייטש ראש הקהל פון סאטמאר. און זיין ברודער איז געווען דער רב פון דיטרויט.
פון וועם שטאמט נחום ראזענבערג ????????
  • ער זעלבסט האט משמש געווען אין קהילות ישראל אלס רב ואב"ד, אנגעהויבן אין טעכעסלעוועקיי, אין דאבשינא ווי ער האט אין די איהרן פאר קריג ארויסגעגעבן זיין ערשטער ספר מיט הסכמות, דערנאך אין העלמעץ, נאכן קריג אין קליוולאנד אוהאוי ווי ער האט גלייגט דעם גרונד שטיין פאר יודישקייט וואס בליהט היינט צו טאג לשם ולתפארת, און ער ווערט דערמיט געדענקט אין גאנץ קליוולאנד און אין די טעלזער ישיבה ווי דער ערשטער "נחשון" פאר ארגינאלע יודישקייט.
וואו איז נחום ראזענבערג רב ??????
  • ער האט אויפגשטעלט איבער פונעף הונדערט מקוואות אין דער גאנצער וועלט, אויף אלע קאנטינענטען ווי אידן געפונען זיך, און אפילו דארט ווי עס איז דא זייער א שוואכער אנזעהן פון אידן. אנגעהויבן פון אלע סטעטיס אין אמעריקא, פון וואנשיגנטאון סעטיט ביז פלארידא, פון מעין ביז קאליפארניע, אין זיד אמעריקא פון בראזיל, פאנאמע, מעקסיקא סיטי, ארגענטינע, אין יוראפ, אין אזיע, און אפילו אין ארבישע שטעטע ווי תימן, לבנון, סיריע, איבעראל ווייסט מען פון הרב דייטש אלס ערשטער וואולונטעיר פאר בויען מקוואות.
וועלכע מקוה קען מען אהנווייזען אז נחום ראזענבערג האט אויפגעשטעלט ?????
אלס א באקאנטער אין אוקריינא בין איך אמאל געפאהרן מיט נחום ראזענבערג איבער עטלכיע שטעט אין אוקריינא, איך האב איהם זייער געמוטשט "נחום ווייז מיר דיינע מקוואות", ער האט אייביג געזאגט באלד באלד, אבער לסוף האט ער מיר גארנישט געהאט צו ווייזען.
  • ער איז געווען רעספעקטירט ביי יעדער תורה אויטאריטעט, און ביי ווער עס האט נאר א שייכות צו אידישקייט, עס האבן איהם געשריבן תשובות און זיך געדינגען מיט איהם בנוגע הלכות פון מקוואות אזעלכע תורה ריזן ווי דער מונקאטשער רב רבי חיים אלעזר, הרב מרדכי ווינקלער דער שו"ת לבושי מרדכי, און נאך רבנים, אויך די גדולי ישראל הרב משה פיינשטיין, הרב יעקב קאמעניצקי. הרב יצחק יעקב ווייס דער מנחת יצחק, הרב יואל טייטלבוים סאטמאר האט איהם געשריבן גאנצע אכצען תשובות בנוגע מקוואות {די מערסטע תשובות וואס איינער האט באקומען פון סאטמער רב ווי עס איז געדרוקט אין שו"ת דברי יואל), הרב משה שטערן אב"ד דעברעצין, הרב מנחם מענדל מליובאוויטש, דער מחבר פון שו"ת חלקת יעקב, הרב מנשה הקטן, הרב אליעזר זילבער פון סינענסעטי. פאפא רב, צעהלימער רב. שארמאשער רב. און נאך און נאך. ווי עס איז געדרוקט אין זייער תשובות.

פון וועלכע תורה רביים אדער אידישער ארגיניזאציע איז נחום רעספקעטירט ?????

האט נחום רעזענבערג דער תלמיד חכם שוין געשריבן אמאל א תשובה ???? האט נחום ראזענעברג שוין באקומען פון א רב א תשובה ????.

  • ער האט געדרוקט פערציג חלקים טהרת יום טוב אויף מקוואות, צוואנציג אויף ד' חלקי שולחן ערוך אלעס וואס האט נאר א שייכות צו מקואות, און צוואנציג אויף משניות מסכת מקוואות.
וועלכער ספר און נארמאלער באנד האט שוין נחום געדרוקט ??????

דער ספר "איש יצאה מחשבון" וואס עס שטייט דערויף ער האט מחבר געווען א א בלויזער חשבון פון קאמפיוטער וויאזוי צו רעכענען טעג פאר הלכות נדה, דערויף דארף מען נישט זיין קיין תלמיד חכם, דאס איז חשבונות פון קאמפיוטער. די איבריגע ספרים וואס ווערט גערעכנט אינעם ארטיקעל, זענען נאך נישט דא, עס איז בלויז געשריבן אז ער גייט עס ארויסגעבען. ביז דערווייל איז ער פארנומען מיט פארשמיצען יעדער איד וואס גלייב אין השי"ת פאר די גוים, און אויפוויזען וויאזוי אידן זענען די געמיינסטע פון דער בריאה, ווי עדער קען עס זעהן אויף זיינע קליפס אין יו טאוב.

איך וועל מער נישט רעדן וועגן דער נושא, און ענטפערין אזעלכע נארישע ווערטער, וואס די שרייבסט --יודישער שרייבער 19:57, 22 סעפּטעמבער 2009 (UTC)[ענטפֿער]

יישר כוח פארן באשרייבן העלמעצער רב. און בנוגע נחום ראזנעבערג דאס אז ער האט נישט געשריבן פערציג בענדער שטותים און לאקשאן איבערגעקייט, און דאס אז ער האט נישט מיט געשלעפט די גדולי הדור זיי צו מבייש זיין צו געבן הסכמות, און דאס אז ער ארבייט פאר פרנסה, און דאס אז ער איז נישט קיין רעבעלע בן רעבעלע, נאר זיין טאטע איז פון די גרעסטע עובדים אין דור, און זיין זיידע איז געווען א רב, און זיינע קינדער זענען נישט קיינע כאפטע רעבישע קינדער, מאכט אים נאך נישט קלענער אדער גרעסער. --Chaim Shel 13:18, 23 סעפּטעמבער 2009 (UTC)[ענטפֿער]

פאר איזהו סיבה שהוא טוען די 2 ניקס פוילישער און יוסל ביי אן אנדערן בלאט איבער דעם נושא דאס אגאנצן צייט אראפנעמען מיטן טענה אז מיר זענען נישט קיין טעלעפאן בוך. ביטע נישט דאס טוען איידער איר רעדט זיך דורך. דער פאקט איז אז נחום ראזענבערג איז היינט צוטאגס באקאנט צוליב זיין האטליין. זעה גוגל זיך צו איבערצייגן אז דאס איז דער עיקר פאקטאר היינט פון זיין פאפולערקייט און מערקבארקייט וואס איז ווערד באשריבן ווערן אין דעם אידישן אנציקלאפעדיע. ביטע נישט אראפנעמן מיטן תירוץ אז מ'טאר נישט פארשפרייטן קיין טעלעפאן נומער ווייל עס איז מאכט וויקיפעדיע פאר א טעלעפאן בוך. פונקט אזויווי איר קענט נישט אראפנמען זיינע ספרים ליסטע וואס ער האט מחבר געווען ווייל וויקיפעדיע איז נישט קיין ספרים געשעפט... אדער זיין וועבסייט ווייל וויקיפעדיע איז נישט קיין וועבסייט ליסטינג. ביטע אויפהערן זיך נאריש מאכן מיט עטליכע ניקס. לאזט איין ניק רעדן און מהערט אייך אויס. א דאנק--Chaim Shel 14:27, 11 סעפּטעמבער 2009 (UTC)[ענטפֿער]

אפדעיט #2 דער ניק פוילישער האט שוין ווידער באוואוגן אן זיך דורכרעדן קיין פיספ און אראפגעפליקט דעם האטליין טעלעפאן נומער איך בעט אים ער זאל ארויפקומען דא און זיך דורכרעדן א דאנק--Chaim Shel 13:49, 13 סעפּטעמבער 2009 (UTC)[ענטפֿער]
אפדעיט #3 - דער ניק פוילישער געט נישט אויף (ווידער צום מיליאנסטען מאל) און דרייט צוריק מיטן אויסרייד אז דער האטליין איז נישט פאר קיין אנציקלאפעדישע אינטערעסע און אן אנדער פלאץ לאזט ער דעם ניק יוסל זאגן אז נחום איז געווען באקאנט פארן האטליין. דער פאקט איז אבער אז פוילישער מעקט אלע האטליין'ס און דער ניק יוסל שווייגט דארטן אפילו נאכער וואס איך פרעג אים זיין מיינונג. דא ביי נחום'ען איז דער מציאות אז אין הכי נמי דער ניק יוסל איז רעכטפארטיק מיט זיין טענה אז נחום איז גענוג באקאנט אנעם האטליין אבער דער האטליין איז היינט צוטאגס זיין רוב באקאנטקייט, דארטן געט ער די שיעורים וואס איין גוגל סוירטש באווייזט אז דאס איז די באשעפטיגונג פון דעם סוביעקט על פי רוב זיינע עפענטליכע שטאלצע אן מורא ארויסטריטן קעגן ר' דוד עקשטיין און אלע אנדערע משמרת הצביעות'ניקעס וואס פארשווייגן חרדישע סעקס אביוז און דערשטיקן אלע קולות וואס ווילן דאס ארויסברענגן אין די עפענטליכקייט. איז אלזא דער האטליין נומער נישט סתם א טעלעפאן נומער וואס געהער אין א טעלעפאן בוך נאר א אנציקלאפעדישער ווערט וואס מ'רעדט דעפון און מ'שרייבט דערפון. אונזער וויקיפעדיע איז נישט בלויז צו דאקומענטירן וועמענס טאטע איז געווען א רעביש אייניקל וואס די ניקס פוילישער און יוסל ווילן נאר זאכליכע אינטערעסע וואס אינטערסירט פארן אידיש שפראך באנוצער. --Chaim Shel 14:07, 23 סעפּטעמבער 2009 (UTC)[ענטפֿער]