רעדן:מיקראסקאפ
מייקראסאופ אדער מיקראסקאפ
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דאס איז געווען באשריבן דורך אנדערע באנוצער, פאר במשך איבער א האלבער יאר שוין מיטן קעפל מייקראסקאופ[1] איז געקומען רוני און דאס באוועגט[2] אן רעדן א פיפס אין די קורץ ווארט. קעגן פאליסי: זעה - װיקיפּעדיע:נאמען פון ארטיקל#טוישן אן אנדערן'ס קעפל, אז מען מוז זיך דורכרעדן בעפאר מען טוט דאס בעוועגן. אין ביידע אידישיסטישע אלטמאדישע ווערטערביכער האבן נישט אזא ווארט. [3] [4] דערפאר איז א ראי' אז דאס א פשוטער ענגלישער נייער זאך פונקט ווי קאמפיוטער מאכן מיר נישט א אידיש נאמען דערפאר מאשין-טראכטער אזוי מאכן מיר נישט קיין אפטייטש פאר אנדערע נייע טערמינען, נאר מיר אדאפטירן דאס לויט וויאזוי דער אידיש פאלק רופט דאס קיינער שרייבט נישט מיקראסאפ זעה גוגל רעזולטאטן 0 אחוץ אן אנווייז צו אהער רוניס באוועגן[5], בלויז מייקראסקאופ זעה גוגל רעזולטאטן 3 [6]וואס מיר זוכן זיך נישט אויס קיין נייע ווערטער. עס קומט מייקראסקאופ ווי דער ארגינעלער זאך און פארטיק אחוץ אז רוב באנוצער ווילן דאס געבן א נייער נאמען, וואס אויבן אויף בין איך דערקעגן ווייל מיר אין וויקיפעדיע זענען נישט דא צו שאפן א נייער שפראך. מיר דאקומענטירן סך הכל וואס דער וועלט'ס מידיע האט שוין און מיר זאמעלן עס דא איין. אוואדאי קען מען פאר גרינגקייט זאגן אז מען זאל לאזן נייע ווערטער אבער אן זיך דורכרעדן דערוועגן און נאכדערצו טוישן אנדערן'ס שווערע מוה און פלאג איז נישט די וועג--יודל 17:40, 25 אָקטאָבער 2007 (UTC)
- הארקאווי (1928) האט „מיקראסקאפ" --פוילישער 22:13, 25 אָקטאָבער 2007 (UTC)
- אויף ענגליש זאגט מען mic ווי מייק. אלע אנדערע שפראכן זאגן דאס מיק. יידיש איז נישט ענגליש, אונדזער מטרה דא איז צו דערפרישן דאס יידישע שפראך און נישט צו העלפן פארלענדן דאס שפראך מיט עס צעמישן מיט ענגליש צי העברעיש. אנדערש, צי וואס האבן מיר א יידיש שפראכיקע וויקיפעדיע. ►רוני◄ 22:25, 25 אָקטאָבער 2007 (UTC)
- מיר גייען נישט אריין וואס מען זאגט אויף ענגליש מיק אדער מייק.
- אונזער ארבייט דא איז דירעקט נישט צו דערפרישן קיין שפראך. ביטע נעם אין באטראכט אז דא איז אן אנציקלאפעדיע נישט קיין ווערטערבוך.
- אידיש איז א שפראך וואס קומט פון ענגליש און פון עברית און פון דייטש און פון פויליש רוסיש אזויי ווייטער. מיר גייט נישט אן אז ענגליש האט אויך אזא ווארט.
- איך האף אז פוילישער זאגט אמת. און מיט דעם ענדיגט זיך די דיסקוסיע.
- א בקשה צו רוני אז טאמער ער האט נישט קיין איין אינטערנעט ווערטערבוך וואס זאגט ווי אים זאל מען דאס נישט באוועגן שטים, כאילו ער איז ביים טאטען אין וויינגארטן מיר ברויכן זיך רעכענן מיט אנדערע וואס האבן דאס געשריבן. עס איז פאליסי. א דאנק.--יודל 23:19, 25 אָקטאָבער 2007 (UTC)
- איך קוק אימער איבער אין דער אינטערנעט ווי אזוי מען זאגט. מיין דארע ווערטערבוך ברענגט סיי ווי סיי נישט ווערטער וואס איז אריין פון ענגליש. אבער אזא ווארט ווי מיקראסקאפ דארף ניט קיין ווערטערבוך, עס איז זעלבסט פארשטענדליך אז מען זאגט ניט מייק וואס איז הוילע ענגליש און מען זאגט זיכער ניט 'קאופ' וואס אפילו אויף ענגליש שרייבט מען ניט 'coup' (אדער 'meic'). אבער טאמער ווילסטו זען עפעס א זייטל, זע דא ביים סוף פונעם ארטיקל. ווי מען קען זען, האט דעם ארטיקל געשריבן א פראפעסיאנאלער לינגוויסטער. ►רוני◄ 07:30, 26 אָקטאָבער 2007 (UTC)
- איך האב שוין פריערט געשריבן דער דיסקוסיע איז פארענדיגט איינמאל פוילשער זאגט אז הארקוואי האט דאס אויכט אלס א אידיש ווארט. מען מעג דאס שרייבן אין קורץ ווארט. א דאנק.--יודל 11:17, 26 אָקטאָבער 2007 (UTC)