רעדן:כל העולם כולו (מאגאזין)
מראה
די סיבות פאסט צו שטיין אין רעדן בלאט נישט אין ארטיקל בפרט די ערשטע סיבה ►רוני◄ 08:49, 18 מײַ 2006 (UTC)
- כ'וועל ארויסנעמען די אדמורים טייל, אבער כ'מיין אז די אנדערע קען בלייבן, בעיקר ווייל עס גיבט צו פארשטיין פונקטליך וואס דער מאגאזין איז. אין יעדענספאל, וועל איך דערווייל לאזן די אנדערע צוויי, און אויב נאך איינער האלט אז עס איז איבערגעטריבן פאר די ארטיקל, דאן זאל מען דאס אראפנעמען. --שמאלץ 08:54, 18 מײַ 2006 (UTC)
- כ'האב אריינגעטראכט אביסעל מער דערין און כמעט אויסגעמעקט די אנדערע צוויי אויך, דערנאך האב איך מיר דערטראכט אזוי, עס זענען דא 3 וועגן צו קוקען דערויף: 1. איינער וואס איז חסידיש אבער נישט קיין חסיד פון קיין איין רבי. 2. איינער וואס איז יא א חסיד פון א רבי. 3. איינער וואס איז כלל נישט קיין חסיד.
- דער ערשטער טראכט בכלל נישט (ווען עס קומט צו קוקען דערויף פון די POINT OF VIEW פון די וויקיפידיע) אז עס דארף אראפגענומען ווערן פון די ארטיקל, וויבאלד דאס איז טאקע וואס דאס איז.
- דער צווייטער האלט אויך אזוי ווי דער ערשטער אז עס איז אזוי וויבאלד ער האלט דאך נאר פון איין רבי און אלע אנדערע זענען צו אים אזוי ווי אלע זענען צום ערשטען, אבער ווען ער טראכט וועגן זיין אייגענע רבי דאן פאנגט ער שוין יא אהן טראכטן אז מעגליך עס דארף נישט זיין אין ארטיקל.
- דער דריטער טראכט גלייך אז מעגליך דארף עס נישט זיין אין ארטיקל, וויבלאד ער האלט פון אלע רביס גלייך, קעגן דעם ערשטן וואס האלט נישט פון קיין איין רבי.
- כ'האב מיר דא אביסעל פארשריבן צופיל מעגליך, אבער דאס איז וואס כ'האב מיר דערטראכט וועגן דעם, דערפאר אויב עס זענען דא נאך וואס האלטן אז דארף נישט זיין, בין איך מסכים אז מען זאל דאס מעקן. --שמאלץ 09:04, 18 מײַ 2006 (UTC)
עס זענען אויך דא נאך פאקטן דא, וואס דאס גייט שוין צוריק צום ערשטן סבה וואס כ'האב יא געמעקט, און דאס איז אז עס זענען דא רביס וואס צאלן געלט אז מען זאל זיי אריינלייגן אין כל העולם כולו. --שמאלץ 09:07, 18 מײַ 2006 (UTC)
- נאך אלעס איז דאס א פראסטע מאגאזין אנע קדושה און אנע פאליטיק, און עס פאסט צו מאכן אויף איר שפאס איך האב נאר מעיר געווען אויף די ערשטע סיבה וואס איז געווען א ביסל ליצנות אויף רבנים, סיידן די פאקטן פון די רבנים וואס צאלן מען זאל זיי שרייבן (וואס מיר זעט דאס אויס בלויז א שמועה פון לצים) ►רוני◄ 09:08, 18 מײַ 2006 (UTC)