רעדן:יידישער לוח
פון ווען און ביז ווען איז די לאך? לויטן סדר עולם איז יעצט יאר 2171? ►רוני◄ 18:35, 18 מײַ 2006 (UTC)
- לויט ווי עס שטייט אין די ענגלישע איז לויט סדר העולם יעצט 5764. פארוואס מיינסטו 2171? --שמאלץ 22:02, 18 מײַ 2006 (UTC)
- יעצט איז תשס"ד?!
- אויב ס'איז דא א לאך אין אונדזער ציילן, מוז דאך געוויס זיין אז די לאך איז ממשיך ביז היינט, לויט דעם איז יעצט נישט תשס"ו נאר 165 יאר פריער (אדער שפעטער). ►רוני◄ 04:58, 19 מײַ 2006 (UTC)
- דער לאך איז אז דער אידישער לוח ציילענדיג אויף צוריקוועגס דארף אנצוקומען צו חורבן בית שני אנשטאט 3338 דארף עס ווען זיין 165 פארדעם וואס וואלט געמיינט 3173, אבער מיט דעם לאך איז דאס 3338, דאס מיינט אויך אז פון ווען מיר ציילען בריאות העולם דארף מען צולייגען 165, וואס וואלט געמיינט אז מיר האלטן היינט ביי 5931. די אלגעמיינע ציילונג פון 2006 שטימט וויבלאד דאס גייט צוריק 2006 יאר צוריק, און לויט וואס מיר ציילען איז דאן געווען 5766 - 2006 = 3760. די נומער האט שוין אין זיך די לאך, אן דעם לאך לייגט מען צו 165, וואס קומט אויס 3925. למעשה איז נישט דא קיינער וואס זאל ציילען אזוי, און אז מען וויל ציילען לויט די חשבון וואס שטימט מיט די 165 ניצט מען אלעמאל די אלגעמיינע ציילונג פון BCE. --שמאלץ 11:41, 19 מײַ 2006 (UTC)
צווי יאר וואס שטימען נישט?
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]לכאורה דער אינטערשייד צווישן אונזער ציילונג, צו דע ציילונג פון סדר עולם איז נאר 1 יאר. ווייל וואס דער סדר עולם רעכנט דעם באשאפן פון אדם הראשון אויף 0 יאר דאס מיינט אין שנת א', אזוי מיר זענען יעצט אין שנת ה'תשסט דאס מיינט נאך 5768 גאנצע יאר און מיר זענען אינמיטן דע 5769'סטע יאר. און דע חשבון וואס מען רעכנט אויך א "שנת תוהו" מיינט אז אדה"ר איז באשאפן געווארן נאך וואס האט זיך געענדיגט שנת א' און ס'האט זיך אנגעהויבן שנת ב'. בכל אופן אן דעם "שנת תוהו" האלטן מיר היינט שנת ה'תשסח, נישט ווייניגער.
ס'איז דא נאך א מחלוקת וואס איז נוגע צו דער צאל פון שמיטה יארן, וואס פאר א יאר איז געווען דער חורבן בית שני, דע 420'סטע נאכן בויען אדער דע 421'סטע יאר, לויט אונזער חשבון וואס מיר רעכנען אויך דעם שנת תוהו און אויך אז דער חורבן איז געווען דע 421'סטע יאר, קומט אויס אז דער חורבן איז געווען שנת ג'תתל, און דא מאכט זיך א אינטערשייד פון צוויי יאר. --שווארטצאפל 11:53, 31 מערץ 2009 (UTC)