לדלג לתוכן

רעדן:יחזקאל גאלד

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

ער גייט מיט דעם טראדיציאנאלער בלויע טלית דאס האט נישט צוטועהן מיטן רבין זי"ע, סאטמאר רב איז קיינמאהל נישט געגגאנגען מיט אזא טלית, דאס האט מער צוטועהן מיט אמאל אונגארן.

דאוונט מיט א ברען ווי א שטייגער ער מאכט נאך דעם רבי'ן זכרונו לברכה. נארישקייטן, און עס איז אויך נישט אמת, ער מאכט נישט נאך סאמאר רבי'ן, סאטמאר רבי האט נישט געדאווענט ווי ער דאווענט.


ער האלט אז מען טאר נישט נוצן די ארטסקרול גמרות ווייל די בעלי בתים רעדן זיך נאכדעם איין אז זיי קענען לערנען און דערפאר פאלגן זיי נישט די רבנים. עס איז אמת ער האלט אז מען זאל נישט נוצען קיין ארטסקורל גמרות, אבער נישט וועגען דעם טעם וואס די שרייבסט, די שרייבסט נארישקייטן, ער זעלבסט איז מעורר מען זאל לערנען פלייסיג און אויסוואקסן גרויסע תלמידי חכמים, זיין טעם איז ער האלט אזוי ווי רבי נתן יוסף מייזעלס, אז די גמרות האבן געשריבן יודען וואס זענען נישט ריין אין די מלחמה קעגן ציונות, און לויט זיין מיינונג טאר מען פון זיי נישט מקבל זיין תורה. בנוסף צו דעם האלט ער אז די גמרות איז נישט געמאכט פאר תלמידי חכמים נאר פאר עמי הארצים, און פארן דרך הלימוד ווי מען האט געלערנט אין אונגארין איז עס נישט גיט, דאס איז זיין מיינונג.


ער פירט זיך צו רעדן ביי יעדן געלעגנהייט (צ.ב.ש. לויות הספדים שמחות) איבער די מערכות אין יודישקייט וואס ער פירט כסדר אָן, דאס איך אויך א נארישע זאץ, ווייל יעדער רב פירט זיך אזוי, רבי אהרן ט"ב רעדט ביי לויות און שמחות זאכן וואס ער האלט עס איז דער עיקר אין יודישקייט, און רב וואזנער האט אויך גערעדט ביי די לויה פון קדושים אין מומבעי זאכן וואס ער האלט אז עס איז דער עיקר אין יודישקייט.

--יודישער שרייבער 21:54, 11 יאַנואַר 2009 (UTC)[ענטפֿער]