לדלג לתוכן

רעדן:ווערטעבראט

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

לדעתי דער נאמען ווערטייברעיטס איז הוילע ענגליש, און מען דארף דאס רופן "רוקנביין מין". וואס זאגט איר דערפון? ►רוני◄ 21:18, 5 דיסעמבער 2006 (UTC)

מיר האבן אים שוין גענטפערט איבער הונדערט מאל, א זאך וואס מען רופט אזוי, איז קיינער נישט דער מחליט דאס אנצוריפן אנדערשט, קיינער רופט דאס נישט רוקן ביין און יעדער רופט דאס ווערטייברעיט. .--יודל 21:22, 5 דיסעמבער 2006 (UTC)
ווערטייברעיט איז אויף ענגליש, רוקנביין איז אויף יידיש. און יא, אלע רופן דאס רוקנביין. לאמיר יעצט הערן אנדערע מיינונגען. ►רוני◄ 21:26, 5 דיסעמבער 2006 (UTC)
קיינער רופט דאס נישט אזוי, מען קען זיך קלאר איבערצייגן אז ווען מען מאכט א גוגל סוירטש אויף דעם ווארט וועט זיך דאס נישט באווייזן. פעריאד. די סיבה דערצו איז פשוט אויף די אלע מעדעצינישע און מאדערענע טערמינען זאגט מען אין אידיש לויט די מדינה וואס מען וואונט אין.--יודל 21:29, 5 דיסעמבער 2006 (UTC)
מען קען זיך נישט דינגען אויף א פאקט, ביי אונדזערע קרייזן ניצט מען יא דער ווארט רוקן-ביין, און קיינער וועט נישט פארשטיין וואס מיינט דאס ווערטייברעיטס. אגב גוגל טרעפט 65 רעזולטאטן אויף "רוקן ביין" ►רוני◄ 21:35, 5 דיסעמבער 2006 (UTC)
די ווארט רוקן ביין נוצט מען אויף חוט השדרה, אבער די סייעטיפישער מין איז נישט געווארן אין יידיש א באזונדער ווארט.--יודל 21:36, 5 דיסעמבער 2006 (UTC)

דאס וואס עס איז געווארן א באזונדער ווארט אויף ענגליש זאגט נישט אז מען רופט דאס אזוי אויך אויף יידיש. למשל אין העברעיש רופט מען דאס "בעלי חוליות" און אזוי דארף מען דאס אויך רופן אויף יידיש. אויך אזוי וועט מען דאס בעסער פארשטיין. ►רוני◄ 22:39, 5 דיסעמבער 2006 (UTC)

דאס איז נישט געווארן א באזונדער ווארט דאס איז איר ערשטער ווארט. אין דאס אז דו ווילסט דאס איבערטייטשן פון היברו טוה וואס דו ווילסט אבער זאג נישט אז דאס איז די ארגינעלער ווארט. ניין דאס איז אן איבערטייטש.--יודל 22:41, 5 דיסעמבער 2006 (UTC)