רעדן:הומאר
דער שדכן
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער שדכן איז זייער אַ װיכטיקער כאַראַקטער אין ייִדישן הומאַר. װי יענטאַ, דעפֿינירט ער באמט דעם װעלטבאַנעם פֿון ייִדישער איראָניע.
שפּאַסן װעגן דעם שדכן׃
שיין װי אַ בילד
דער שדכן האָט געזאָגט צום רבי'ן׃ ״אוי מרדכי! האָב איך אַ מיידעלע פֿאַר דיר! זי איז קלוג און קאָמיש און שיין װי אַ בילד!״ דער רבי האָט געענטפֿערט מיט גערודער׃ ״לאָמיר זען דאָס שיינע מיידל!״ דער שדכן האָט אויפֿגענומען אַ בילד פון דעם מיידל, און װען דער רבי האָט זי געקוקט, האָט ער אַרײַןגעשריגן׃ ״אוי! זי איז ניט שיין װי אַ בילד! זי אַיז אַ מיאוסקײט!״ זי האָט געהאַט איין אויג דאָ, איין אויג דאָרט, אַ פֿאַרקרימט נאָז, אַ גרויס מויל. זי איז געװען זייער אַ מיאויסע! האָט דער שדכן געענטפֿערט׃ ״טאַקע! טאַקע! אַפֿשר, איז זי אַ פּיקאַסאָ!״
מען מוזט מגזם זײַן!
אַן אַלטער שדכן האָט פֿאַראַ סטודענט געהאַט אַ יונגן שדכן. דער אַלטער האָט דערקלערט צום יונגן׃ ״אַ שדכן מוזט אַלעמאָל מגזם זײַן. אויב אַ מיידל האָט 1000 זלאָטעס, זאָלט אַ שדכן זאָגן אַז זי האָט 3000 זלאָטעס. װען איך טו א שידך, זײַ אַלעמאַל מגזם װאָס איך זאָג.״ דער יונגער שדכן האָט גוט פֿאַרשטאַנען. נאָכדעם, זײַנען דער אַלטער און דער יונגער געזעסן מיט אַן אַלטן מאַן צו מאַכן אַ שידך פֿאַר אים. דער אַלטער האָט אָנגעהויבן צו רעדן ערשט׃ ״איך קען אַ מיידל. זי שטאַמט פֿון אַ פֿײַנער פֿאַמיליע.״ דער יונגער האָט געענטפֿערט׃ ״פֿײַן? זי קומט פֿון אַ באַרימטער פֿאַמיליע פֿון אַלטע רביס!״ דער אַלטער שדכן אַיז ממשיך געװען׃ ״און זי איז רײַך.״ דער יונגער האָט געענטפֿערט׃ ״רײַך? רײַך װי קורח!״ דער אַלטער איז ממשיך געװען׃ ״נאָר איין פּראָבלעם, האָט זי אַ קליין הויקערל...״ דער יונגער האָט געענטפֿערט׃ ״קליין? אבער אַ הויקער!