רעדן:געלע זשורנאליזם

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

די היימישע צייטונגען ווי דער איד און דער בלאט ווערן אנגערופן געלע זשורנאליזם, ווייל זיי זענען נאר איין ציל צו בויען די פארטיי, און דאס דינט ווי א שופר צו באשמיצן און באזינגען וועמען און וואס זיי שמעקט. אויך די נייעס באריכט דינט דעם זעלבן ציל ווייל עס זיכט ארויסברענגן די עוולות פון רעפובליקאנער און באזינגען די דעמאקראטן. ס'איז איז אבער כדאי נישט צו מאכן קיין טעות און פארגלייכן די צוויי. "דער בלאט" איז פיל "געלער" ווי דעם "איד". דער איד האלט זיך נאך צו געוויסע באזעסענע זשורנאליסטישע פארשריפטן.

איך האב עס אויסגעמעקט, ווייל עס איז נישט געשריבן ביאקטיוו, אלע דריי אידישע צייטונגען דינט פאר א געוויסן ציבור אידן, הונדערטער און טויזענטער אידן, פרויען קינדער, זענען זיך מחיה און גלייכן אלע דריי צייטונגען יעדער לויט זיין געשמאק.
עס אויך נישט אמת דאס וואס דא שטייט אז עס דינט ווי א שופר צו באשמיצן און באזינגען וועמען זיי שמעקט, ווייל די צייטונגען דינען די אינטערסן פארן אידיש רעדענער ציבור, אמת יעדער מענטש און יעדער צייטונג האט אין פאקט עפעס א אגענדע, מען קען די זעלבע זאגן פאר אלע נישט אידישע צייטונגען די ניו יארק טיימס, באשמוצט אויך רעגירונגען וואס זענען נישט דעמאקראטיש לויט זייער אפטייטש, אויך איז דער ניו יארק טיימס זייער ליבאראל געשטימט און כמעט האלב פון אמעריקא גלייכט נישט דעם ניו יארק טיימס ווייל זיי זענען רעפובליקאניש געשימט, אבער עס גיט אראפ טריקענע נייעס, דאס זעלבע דער בלאט און דער איד עס באשמוצט נישט וואס עס שמעקט זיי, דאס וואס זיי באלאנגען צו א געוויסן גרייז דאס איז א פאקט אידישע פאליטיק וואס ציעהט ווארצלן זייער טיף, און טויזענטער און צענדליגע טויזענעטער מענטשן זענען דערמיט צופרידן,--יודישער שרייבער 17:12, 17 נאוועמבער 2008 (UTC)