לדלג לתוכן

רעדן:בעל שם טוב

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע
גוטע ארטיקלען בעל שם טוב ווערט פאררעכנט אלס א גוטער ארטיקל; עס שטימט מיט געוויסע קוואליטעט כללים. אויב קענט איר דאס פארברייטערן אדער פארבעסערן ווערט איר געבעטן דאס צו טאן!

אויב האלט איר אז עס טרעפט נישט די כללים פון קוואליטעט קענט איר אנטראגן מען זאל דאס אראפנעמען אדער איבערקוקן.


איך מיז דיסעגריען, איך האלט אז דאס ארטיקעל איז נישט גיט געשריבן, סיי דער קוואליטע פון שרייבן איז נישט גוט, עס איז געשריבן זייער הייס, עס פאסט טאקע פאר א פארברענט חסיד, אבער עס איז נישט אביקטיוו, און עס קומט זיכער נישט אין א וויקיפעדיע, אויך איז עס זייער שוואכע מקורות, און אסאך מקורות איז פארדרייט, איך ווייס אז מענטשן וועלן פרעגן ווער זאגט, איך בין אביסל פארנומען, אבער צוביסלעך וועל איך עס אויפצייגן און פארעכטען--יודישער שרייבער 15:19, 21 מיי 2007 (UTC) פון ווו איז דער מקור אז דעם בעש"ט פאמיליע נאמען איז ליפמאן? ►רוני◄ 20:14, 5 אַפּריל 2006 (UTC)[ענטפֿער]

איך האב פארשטאנען אז אליעזר ליפמאן איז די פאטער'ס ערשטע נאמען. איך געדענק אזוי. ס'איז מעגליך אז ליפמאן האט מען גענוצט אמאל אנשטאט ליפא, אזוי ווי יוסלמאן פאר יוסף. --קאצקער 20:34, 5 אַפּריל 2006 (UTC)[ענטפֿער]

לכאורה אין קיין שום מקור שטייט נישט ליפמאן אלץ נאמען פון אבי הבעל שם טוב, קוק אין שבחי בעש"ט, אין ספרי קאמארנא לרוב, - לפי הבנתי האט דער כותב אויסגעמישט מיט רבי ר' אלימלך וואס זיין נאמען איז אלימלך בן אלעזר ליפמאן, און וועגן שיגרא דלישנא האט שוין געשריבן אויך ביים בעש"ט דעם נאמען,

אויך פון די גמטריא פון ספר היכל הברכה אז הרב ישראל בן אליעזר בגי' שמע ישראל יא"י אחד = 1018 - אויב איז געווען נאך א נאמען ליפמאן, פאר וואס לאזט ער עס אויס פון די גימטריא --יעקב 22:50, 18 סעפטעמבער 2006 (UTC)

קודם דארף מען וויסן, אז אין די צייטן פון בעל שם איז בכלל נישט געווען קיין לעצט נעמען, עס האט נאך נישט עקסיזסטירט איין פאמיליע נעמען.--יודישער שרייבער 15:19, 21 מיי 2007 (UTC)

אויך שטייט אין הקדמת ספר הבעש"ט, בשם הה"ק ר' ישכר דוב מבעלזא זי"ע, אז .. האט געזען א חלום ווי דער בעש"ט גייט אויף א חומה, ארום די שטאט, האט ער אים געפרעגט, וואס איז די פשט, האט דער בעש"ט געענטפערט, אז דאס טוט ער, ער גיט אכטונג אויף אידן, און ער איז אויף זיי מתפלל.

אט די ווערטער איז נישט אמת, דער הקדמת ספר בעל שם טוב האט געמאכט א פולישער חסיד וואס האט בכלל נישט געוואוסט פון בעלז, לויט מיין ידיעה ווערט כמעט נישט געברענגט בעלז אין גאנצען ספר בעל שם טוב, עס שטייט דארט אין די הקדמה א ענדליכע זייך אבער דער שרייבער האט עס נישט גיט געברענגט--יודישער שרייבער 15:19, 21 מיי 2007 (UTC)

ר' נתן מברעסלאוו שרייבט אין חיי מוהרנ"ת, אז ווען ער איז געפארען אויף ארץ ישראל, האט ער זיך געטראפן אוין וועג מיט תלמידי הגר"א, וואס האבען זייער געהאקט אויף די פארגלייבקייט אין צדיקים, אז דאס איז א צוגעלייגטע אמונה א פגם באמונת ה', האט ר' נתן זיי געפרעגט, איר גלייבט דאך עכ"פ אין גר"א, און דאס איז דאך א פגם אין אמונה, האבען זיי געענפערט, אז זיי גלייבן טאקע נישט אין גר"א, נאר וואס ער איז גערעכט איז ער גערעכט און נישט מער, - האט ר' נתן זיי געפרעגט וויאזוי זיי טייטשן די פסוק ויאמינו בה' ובמשה עבדו, זעען מיר דאך בפירוש, אז גלייבן אין א צדיק איז נישט קיין פגם און אמונת השי"ת, זיי האבן נישט געהאט וואס צו ענטפערן, און מיט דעם האבען זיי אים אפגעלאזט און מער נישט גע'טענה'ט!!!!!

איך האב ארויסגענומען די פאראגראף ווייל איך האלט עס קומט נישט אריין ביי לעבענס ביאגראפיע פונעם בעל שם טוב--יודישער שרייבער 23:04, 21 מיי 2007 (UTC)