רחל פון אופקים
געבורט |
15 יאנואר 1959 (אלט 65) אופקים, ישראל |
---|---|
מדינה | ישראל |
וואוינארט | אופקים |
רחל אדרי (עדרי, געבוירן דעם 15טן יאנואר 1959), באקאנט אלס "רחל פון אופקים", איז א אידישע פרוי פון דער שטאט אופקים, וועלכע איז געווארן א נאציאנאלע העלדין אין ישראל, נאכדעם וואס זי האט וואונדערליך איבערגעלעבט דעם ביטערן שמחת תורה בלוטבאד, דורך סערווירן קיכעלעך פאר די כאמאס טעראריסטן וועלכע האבן איר פארכאפט פאר לאנגע שעות.
הינטערגרונט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]שמחת תורה אינדערפרי ה'תשפ"ד (7טן אקטאבער 2023) האט אויסגעבראכן א שרעקליכער פאגראם און בלוטבאד, וואס ווערט גערופן דער שמחת תורה קריג, וואס האט נאכגעפאלגט מיט דער מלחמה "אייזערנע שווערדן" (חרבות ברזל אין העברעאיש).
דער בלוטבאד האט פאסירט נאכדעם וואס צענדליגער טויזנטער כאמאס טעראריסטן האבן זיך דורכגעריסן דעם גרעניץ פון ישראל מיט עזה, און קאלטבלוטיג דערמארדעט, פארוואונדעט און פארכאפט, וועם זיי האבן נאר געטראפן.
צווישן די פיל געגנטער וועלכע זענען געקומען אונטער אטאקע, איז געווען די שטאט אופקים. א שטאט בערך 16 קילאמעטער ווייט פונעם גרעניץ מיט עזה.
בלוט-דארשטיגע טעראריסטן זענען ארומגעלאפן איבער דער גאנצער שטאט און מיט א סאדיסטישער רציחה דערמארדעט בערך 50 איינוואוינער אין שטאט. חוץ הארצלאזע מערדערייען, האבן די טעראריסטן פארכאפט צענדליגער איינוואוינער אלס משכונות. טייל פון זיי זענען געהאלטן געווארן אין זייערע הייזער ביז די פאליציי און מיליטער האבן זיי באפרייט.
איינע פון די באקאנטסטע געשיכטעס איז פון רחל אדרי.
קיכלעך פאר אויסלייז געלט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]צווישן די אומצאליגע הייזער וואו די טעראריסטן האבן זיך איינגעבראכן און פארכאפט די איינוואוינער, איז געווען אינעם הויז פון דעם עלטערן אדרי פארפאלק, רחל און דוד.
יענעם אינדערפרי האבן פינף טעראריסטן זיך ווילדערהייט אריינגעכאפט אין דעם הויז, דורך אריינקריכן פון א פֿענסטער. דראענדיג מיט זייער געווער האבן זיי געסטראשעט אז זיי גייען אומברענגען דאס אדרי פארפאלק.
ווען די פאליציי זענען אנגעקומען האט אויסגעבראכן א פייער-אויסטויש צווישן די טעראריסטן און די פאליציי. צום מזל פון דעם אדרי פארפאלק, איז זייער׳ס א זון א פאליציאנט, וועלכער איז בליץ-שנעל געקומען צו לויפן, און געהאלפן אנפירן מיט זייער רעטונג אקציע. ער האט אפגעמאלן א בילד וויאזוי דאס הויז קוקט אויס, אז די פאליציאנטן זאלן וויסן וויאזוי עס צו שטורעמען.
די פאליציאנטן האבן דערווייל אנגעהויבן דורכפירן געשפרעכן מיט די טעראריסטן, אין א פארזוך צו ראטעווען די פארכאפטע.
אין דער זעלבער צייט האט רחל, ווי א טיפישע אידישע מאמע, אנגעבאטן פאר אירע "געסט", די טעראריסטן, ווארעמע קאווע, היימישע קוכן און פרוכט. זי האט זיי אנגעגרייט עסן און אפילו באהאנדלט טייל פון זייערע וואונדן.
"זי האט זיי געהאלטן פארנומען מיט אירע קיכעלעך. א גאנצע צייט האט זי זיי פארדרייט א קאפ מיט אירע פראגעס," האט דער מאן שפעטער געשילדערט פאר דער פרעסע.
די רעטונג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פאר לאנגע שעה׳ן האבן אנגעהאלטן די פארהאנדלונגען צווישן די פאליציי־קרעפטן און די טעראריסטן אינעם הויז. די פאליציאנטן זענען שוין געשטאנען ביים שוועל פון טיר, אבער די טעראריסטן האבן געסטראשעט מיט א האנט-גראנאט העכער רחל'ס קאפ, זאגנדיג אז אויב די פאליציאנטן גייען שטורעמען גיי זיי עס אויפרייסן.
בשעת די פארהאנדלונגען וואס זענען פארגעקומען פנים-אל-פנים, האט רחל מיט אירע פינגער געוויזן פאר איר זון דער פאליציאנט וויפיל טעראריסטן עס געפינען זיך אין דעם הויז.
ענדליך, בערך 2:30 פארטאגס, נאך איבער 15 שעה פארהאנדלונגען, האבן די פאליציאנטן פלינקערהייט געשטורעמט דאס הויז, אומגעברענגט די טעראריסטן און געראטעוועט דאס פארכאפטע פארפאלק.
א מעדיע סענזאציע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]נאכ'ן באפרייט ווערן האט דאס פארפאלק געגעבן עטליכע אינטערוויוען פאר דער פרעסע, און דערציילט וויאזוי זי האט געהאלטן פארנומען די טעראריסטן מיט אירע קיכעלעך. די מעדיע האט זיך פאסמאקאוועט מיט דער געשיכטע, און עס איז ברייט געדעקט געווארן איבער דעם גאנצן לאנד.
איבערנאכט איז "רחל פון אופקים" געווארן א העלדין, וועלכע איז באזונגען געווארן איבעראל.
בעקערייען האבן ארויסגעגעבן קוכן מיט בילדער פון רחל. געוויסע ארטיסטן האבן געמאלן איר בילד אויף ווענט.
זעענדיג איז פאפולעריטעט האט זי אויפגעפאדערט פאר אידישע פרויען זאלן זיך אונטערנעמען "הדלקת נרות" לכבוד שבת.
מיט וועלט פירער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער אמעריקאנער פרעזידענט דזשאו ביידען וועלכער האט אפגעשטאט א באזוך אין ארץ ישראל עטליכע טעג נאך די אטאקעס, האט זיך געטראפן מיט רחל, און געהערט איר וואונדערליכע געשיכטע.
ווי אויך האט זי זיך געטראפן מיט דעם אויסערן מיניסטאר פון ענגלאנד, און אויך אנדערע פאליטיקאנטן.