רחל בלאוושטיין
מראה
(אַריבערגעפֿירט פון רחל בלובשטיין סלע "רחל המשוררת")
געבורט |
3 אקטאבער 1890 רוסלענדישע אימפעריע |
---|---|
טויט |
16 אפריל 1931 (אלט 40) תל אביב-יפו, בריטישער מאנדאט |
מדינה | בריטישער מאנדאט |
רחל בלאָוושטיין סלע (י"ט תשרי ה'תרנ"א, 2טן אקטאבער 1890 – כ"ט ניסן ה'תרצ"א, 16טן אפריל 1931), באַקאַנט מיטן פּען-נאָמען "רחל" אדער רחל די דיכטערין), איז געווען איינער פון די מערסט אָנגעזעענע פּאָעטן אין דער באנייט קלאסישער העברעישער פּאָעזיע.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רחל (רעיה) בלאוושטיין איז געבוירן געוואָרן אין דער שטאָט סאַראַטאוו אויף די ברעגנס פון דעם וואָלגא טייך אין דער רוסלענדישער אימפעריע, די טאָכטער פון איסר-לייב בלאוושטיין און סאָפיאַ (מאַנדעלשטאַם). איר זיידע, הרב משה מאנדלשטאם, האט געדינט אלס רב פון דער יידישער קהילה פון קיעוו.
אין ישראלישער קולטור
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אין עטלעכע שטעט אין ישראל זענען פארהאן גאסן מיט איר נאמען, און אין כפר סבא האט מען אויפגעשטעלט אין 2016 אן עלעמענטאר־שולע אויף איר נאמען.
- דעם 19טן פעברואר 1991 האט ישראל פאסט ארויסגלאזט א סעריע בריוומארקעס וועגן באקאנטע פרויען מיט פארטרעטן פון רחל אויפן בריוומארק פון 1.30 ש"ח.
- דעם 10טן אפריל 2011 האט מען אויסגעקליבן א פארטרעט פון רחל צוזאמען מיט פארטרעטן פון לאה גאלדבערג, נתן אלטערמאן און שאול טשערניכאווסקי פאר די נייע באנקנאטן פון מדינת ישראל. רחל איז אויסגעקליבן געווארן פאר די פון 20 נייע שקלים.