לדלג לתוכן

יוסף יצחק שניאורסאהן

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון רבי יוסף יצחק שניאורסאהן)
יוסף יצחק שניאורסאהן
געבורט 28 יוני 1880
ליובאוויטש, רוסלאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 28 יאנואר 1950 (אלט 69)
פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה רוסלענדישע אימפעריע, רוסלענדישע רעפובליק, סאוועטן פארבאנד, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט אוהל חב"ד ליובאוויטש רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אַמט אדמו"ר רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ר' יוסף יצחק שניאורסאהן זי"ע (אדער מהריי"צ; י"ב תמוז ה'תר"ם - י' שבט ה'תש"י) איז געווען דער זעקסטער חב"ד-ליובאוויטשער רבי.

ער האט גענומען אלס עלטערן איידים, ר' שמריהו גורארי' און אלס אינגערן איידעם דעם לעצטן ליובאוויטשער רבי, רבי מנחם מענדל שניאורסאהן (הרמ"מ) זי"ע.

ער איז נסתלק געווארן י' שבט תש"י.

ער איז געווען א גרויסער בעל מסירות נפש, אין זיין מלחמה קעגן די קאמוניסטן. ער האט אויכעט געהאט מלחמה מיט די ציוניסטן.

יוסף יצחק שניאורסאהן איז געבוירן י"ב תמוז תר"ם אין ליובאוויטש, רייסן, רוסלענדישע אימפעריע (היינט אין רוסלאנד) צו זיינע עלטערן רבי שלום בער און זיין פרוי די רעבעצין שטערנא שרה נ"ע.

ביי דער עלטער פון פופצן האט זיין פאטער אים באשטימט זיין פערזענלעכן סעקרעטאר.

אום י"ג אלול תרנ"ז (1897) האט ער חתונה געהאט מיט זיין קרובטע רביצין נחמה דינה, א טאכטער פון רבי אברהם שניאורסאהן פון קעשענעוו, א זון פון רבי ישראל נח פון נעזשין, א זון פונעם צמח צדק.

רבי יוסף יצחק און זיין רביצין נחמה דינה האבן געהאט דריי טעכטער: