לדלג לתוכן

רבי אברהם שטיינער

פֿון װיקיפּעדיע

הרה"ק רבי אברהם מקערעסטיר זיע"א איז געבוירן געווארן י' שבט תרמ"ג צו זיין גרויסן פאטער הרה"ק רבי ישעי' מקערעסטיר זיע"א, און צו זיין מאמע הרבנית הצדקנית מרת שרה ע"ה. ס'ווערט פארציילט אז ר' ישעי'לע האט רח"ל פארלוירן אסאך זין (כמדומני 17 קינדער זענען נעדר געווארן), און ווען ר' אברהם'לע איז געבוירן געווארן האט זיין טאטע געזאגט, רבונו של עולם, דאס נעם מיר שוין נישט צו, לאז מיר איהם כאטש איבער פאר א קדיש (ולפלא היה אז ער האט נישט לאנג מאריך ימים געווען, נאר א יאר מיט נאך אביסל). אזוי אויך איז די מאמע געפארן צו הרה"ק ר' מרדכי מנאדווארנא זצ"ל וואס האט איר נאך לאנגע הפצרות צו געזאגט בזה"ל: ווייסטו וואס, דאס וועט שוין זיין אויך פאר איהם א קדיש'ל, (שני נביאים התנבאו בסגנון אחד, ויהי לפלא).

אין חודש אד"א תר"ס האט ר' אברהם'לע חתונה געהאט מיט זו' הרבנית הצדקנית מרת בלומא יהודית ע"ה בת הרה"ק ר' מיכאל דזורקא'ר זצ"ל, וואס האט איהם זייער מקרב און מחבב געווען עד למאוד.


וועגן זיין הכתרה, האב איך געזעהן שטיין אינעם ספר מופת הדור אזוי: (בתרגום מלשה"ק) בסוף ימיו פון זיין גרויסן טאטע, ביים לעצטן שב"ק בצל הקודש ווען ס'איז געקומען צום טיילן שיריים פון די פיש, האט ר' ישעי'לע געפרעגט ווער טיילט אויס די פיש פארן עולם, האט אים דער גבאי געענטפערט אז ר' שלמה ענגל (מהמקורבים) טיילט, און ר' ישעי'לע האט איבערגעפרעגט, דערנאך האט ר' ישעי'לע גענומען די פיש און געגעבן פאר'ן גבאי זאגענדיג "געב די טאץ פאר מיין זון אברהם'לע, און זאג איהם ער זאל טיילן די פיש, די אנוועזנדע האבן דאס אנגענומען ווי א סמיכה צו איבערנעמען די אדמורו"ת נאך די הסתלקות. נאך שבת האט ר' ישעי'לע אריין גערופן די מקורבים און זיי איבערגעגעבן רצון קדשו אז ר' אברהמ'לע זאל ממלא מקומו זיין, זאגנדיג, בזה"ל: אברהם'לע וועט ברענגען די קוויטלעך אויפן ציון, האף איך אז מ'וועט געהאלפן ווערן ווי ביז איצט.


ס'ווערט דערציילט אז איינמאל ווען ר' אברהמ'לע איז געווען אינטערוועגנ'ס, אין איז געשטאטען אין א גע"ז סטעישע"ן אין שטאט נירדהאז צו נעמען גע"ז, איז א יוד געקומען זיך מזכיר זיין פאר א בן זכר, האט אים ר' אברהמ'לע געזאגט, צאל די ב"ן-זי"ן, וועסטו האבן א בן, א זון, וכך הוה.

ביום ח"י אד"א איז ר' אברהמ'לע נסתלק געווארן, והובא לקבורה ליד אביו הגדול אינעם אוהל.

[[]