לדלג לתוכן

ראשונים

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון ראשון)

ראשונים פון לשון די ערשטע זענען די פירענדע רבנים און הויפט טאן געבער פארן הלכה תורה אידישקייט וואס איז היינט דא זיי זענען געווען נאך די תקופה פון די גאונים און בעפאר די אחרונים.

זייער אויפטוה איז געווען צו איבערטייטשן און מסביר זיין די גמרא צו אוזער פראקטישער און אקטועלער לעבן וואיזוי זיך צו פירן לויט די גמרא.

פון זיי איז אויגפארעמט און צוזאמגעשטעלט די היינטיגער ספרים שאפע פון אלע ספרים וואס באציען זיך אויף זייערע ווערטער וואס זיי האבן געמיינט.

זיי האבן געלעבט און געשאפען אויפצוארבעטן די הלכה אין 11טער יארהונדערט און אין 12טער יארהונדערט בערך.

צווישן די הויפט רבנים וואס ווערן פארעכענט אלס ראשונים איז דער רי"ף, רש"י, רמב"ם, די רא"ש, רמב"ן און נאך צענדליגע רבנים וואס האבן זיך פארטאן צו מפרש זיין די תורה און תלמוד, און זיך אפגעגעבן מיטן אידישן פילאסאפיע, און אויכט פאעזיע און געזאנג.

די יארן פון ראשונים אויף דער צײַט ליניע
ציר הזמןתקופת הזוגותתנאיםאמוראיםסבוראיםגאוניםראשוניםאחרונים
ציר הזמן