קריג'ס געזעצן
קריג'ס געזעצן זענען א רייע אינטערנאציאנאלע אפמאכן וויאזוי א קריג זאל ווערן געפירט בנוגע די געפאנגענע און פארוואונדעטע סאלדאטן און ציווילע מענטשן.
רוב אינטערנאציאנאלע קריג'ס געזעצן וועלכע ווערן איינגעהאלטן צווישן רוב לענדער פון די וועלט איז אפגעמאכט געווארן אין עטליכע דזשעניווע קאנווענשאנס און די האג קאנפערענצן. די אפמאכן אדרעסירן אלע ארמייען איבער די באטייליגונג פון מלחמה, די קרבנות פון א מלחמה, אקופאציע פון פרעמדע כוחות, און די סטאטוס פון קולטוראלע שטחים.
אין די צווייטע וועלט מלחמה האבן די נאציס אפגעטאן די גרעסטע מלחמה פארברעכנס אין די נאנטע היסטאריע. זיי האבן פארלעצט כמעט אלע דזשעניווע אינטערנאציאנאלע געזעצן, ספעציעל מיט'ן אומברענגן ציווילע מענטשן און נוצן זייערע קערפער פאר מעדעצינישע עקספרימענטן. ווען אמעריקע איז אריין אין מלחמה מיט איראק אין 2003 האבן טייל איראקער געפאכעט מיט ווייסע פענער, א צייכן אז זיי געבן זיך אונטער. אבער ווען די אמעריקאנער סאלדאטן האבן זיך דערנענטערט צו זיי האבן זיי אנגעהויבן שיסן, א קלארע פארברעכן לויט די האג פארשריפטן. שפעטער אין די קריג האט די וועלט אנגעהויבן באשולדיגן אויך אמעריקע אין פארלעצן די אינטערנאציאנאלע קריג'ס געזעצן ווען אין עטליכע פעלער האבן אמעריקאנער סאלדאטן נישט ריכטיג באהאנדלט אירע ארעסטאנטן אין די טורמעס פון אבו גאריב אין איראק און גואנטאנאמע בעי, קובא, וואו הונדערטער אל קאידא ארעסטאנטן ווערן געהאלטן.
איבערבליק
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]בעפאר דעם 19'טן יאר-הונדערט האט יעדע לאנד געהאט אירע אייגענע געזעצן פאר די ארמיי וויאזוי זיי זאלן פירן מלחמות און וואס די סאלדאטן מעגן יא טאן און וואס נישט. יעדע לאנד האט זיך אבער געהאט אנדערע געזעצן און ווען עס האט אויסגעבראכן א מלחמה צווישן צוויי לענדער זענען אלע געזעצן צעפאלן ווייל אויב דער פיינט האט געטאן עפעס וואס איז באטראכט געווארן אלס אומגעזעצליך דורך די אנדערע לאנד האבן זיי פארלעצט דאס אייגענע געזעץ און זיך נוקם געווען מיט די זעלבע מיטלן.
אין טייל פעלער, ספעציעל אין לאנג פארצויגענע מלחמות, האבן די לענדער וועלכע האבן זיך געשלאגן צווישן זיך ארויסגעשיקט דימפלאמאטן צו א נוטראלע ארט וואו די צוויי זייטן האבן אויסגעשמועסט און זיך אליינס געמאכט געזעצן וואס ביידע וועלן פאלגן כדי צו פארמינערן די פאטאליטעטן. אין רוב פעלער האט דאס פיין געארבעט אבער איינמאל די קריג איז געווען פארטיג זענען אלע געזעצן געווארן אויס און דאס נעקסטע מאל מען איז געגאנגן אין קריג האט מען זיי מער נישט געהאט.
די דזשעניווע קאנווענשאנס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער קאנצפעט צו מאכן אינטערנאציאנאלע קריג'ס געזעצן איז אויפגעברענגט געווארן צום ערשטן מאל אין יאר 864' אין דזשעניווע, שווייץ. טויזענטער דימפלאמאטן פון צענדליגער לענדער זענען אהין געקומען אויסצושמועסן די פלענער וועלכע האט געדויערט יארן לאנג צו ברענגן צום טיש.
אלעס האט זיך אנגעהויבן פון אן איינצעלענם מענטש מיט'ן נאמען הענרי דונאנט, אן איטאליענער, וועלכער האט מיטגעהאלטן איינע פון איטאליע'ס מלחמות אין יאר 859' און ווען ער האט געזען פארוואונדעטע סאלדאטן ליגן אויף די פעלדער און שטארבן אויס האט ער צוזאמענגענומען א גרופע פון ציווילע מענטשן און זיי געבעטן צו וואלונטירן און געבן מעדיצינישע באהאנדלונג פאר די פארוואונדעטע סאלדאטן, נישט קיין חילוק צו וועלכע זייט זיי באלאנגען. זיין ארגאניזאציע איז מיט דער צייט געווארן גרעסער און ער האט דאס א נאמען געגעבן די אינטערנאציאנאלע קאמיטע פאר די הילף פון די פארוואונדעטע. די ארגאניזאציע איז מיט די יארן פארשפרייט געווארן איבער מערערע לענדער און געווארן די וועלט'ס באקאנטע אינטערנאציאנאלע קאמיטע אוו די רעד קראוס.
דונאנט האט שווער געארבעט צוזאמענצוברענגן די פירער פון די גרויסע לענדער אין יענע צייטן קיין דזשעניווע וואו די פלענער פאר אינטערנאציאנאלע קריג'ס געזעצן האבן זיך אנגעהויבן פארמירן. וויבאלד עס איז אין יענע צייטן נישט געווען קיין פליגערס האט געדויערט זייער לאנג ביז ווילאנג מען איז געקומען און געגאנגן און אלעס האט זיך גערירט זייער לאנגזאם. אינדערצווישן איז אנגעקומען די ערשטע וועלט מלחמה און באלד דערנאך די צווייטע וועלט מלחמה און נאר נאכדעם האבן די פירער זיך גענומען ערנסט צו מאכן די קאנווענשאנס.
די ערשטע ארבעט איז פארטיג געווארן אין יאר 949' און איז באשטאנען פון די געזעצן וואס די לענדער האבן אפגעמאכט אין 4 באזונדערע קאנווענשאנס. זיי זענען געווען:
1 וויאזוי צו באהאנדלן און העלפן די פארוואונדעטע און קראנקע סאלדאטן אויף די שלאכטפעלדער.
2 וויאזוי צו באהאנדלן די פארוואנדעטע און קראנקע סאלדאטן אויף די וואסערן.
3 וויאזוי צו באהאנדלן די קריג'ס געפאנגענע, באקאנט אלס די פריזענארס אוו וואר (פי-או-דאבעליו).
4 וויאזוי צו באשיצן די ציווילע מענטשן אין א צייט פון מלחמה.
די האג קאנווענשאנס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אויסער די דזשעניווע קאנווענשאנס זענען פארגעקומען באזונדערע קאנווענשאנס אין די האג, די נעדערלענדס (האלאנד), אין די יארן 899', 907', און 954'. די דריי קאנווענשאנס זענען שפעטער באקאנט געווארן אלס די אינטערנאציאנאלע שלום קאנפערענצן. די אפמאכן פון יענע קאנווענשאנס אפעלירן וועגן וואפן, פראפערטי רעכטן, און די פליכטן פון די נוטראלע לענדער.
אין די ערשטע צוויי קאנפערענצן אין די האג האט מען ארומגערעדט וועגן דער באנוץ פון וואפן וואס מען מעג יא און נישט נוצן. זינט די ערשטע צוויי קאנפערענצן האבן נישט געברענגט קיין רעזלוטאטן האט מען פאררופן א דריטע קאנפערענץ אין יאר 939' אבער יענער קאנפערענץ איז אפגערופן געווארן צוליב די אויסברעך פון די צווייטע וועלט מלחמה.
דורכאויס די צוויי וועלט מלחמות זענען פארניכטעט געווארן גאר אסאך קולטוראלע לענדמארקס מיט וועלע לענדער האבן זיך אינדענטיפיצירט. נאך די צווייטע וועלט קריג זענען זייער אסאך לענדער געווען צוקלאפט און זענען געווען מער ווי וויליג צו קומען נאכאמאל קיין די האג פאר א פרישע קאנווענשאן. ביי יענע קאנווענשאן האבן איבער 100 לענדער אונטערגעשריבן איבער די באשיצונג פון קולטוראלע פראפערטיס אין דער צייט פון א מלחמה. אין יענע קאנוועשאן איז אויך אפגעמאכט געווארן פארשידענע געזעצן וויאזוי מען זאל באשיצן א לאנד'ס אינדענטיטעט דורכאויס א קריג.
גיין אין קריג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין די האג קאנפערענצן זענען באשטימט געווארן א רייע פראצעדורן וואס א לאנד דארף טאן צו פארמיידן א מלחמה. עס ווערט דארט אויסגעשמועסט אלע פרטים וויאזוי די דימפלאמאטישע צוגאנג זאל זיין און וויאזוי אנדערע לענדער וועלכע זענען נוטראל צו דעם קאנפליקט זאלן העלפן. איינע פון די הויפט געזעצן פארלאנגט אז אפילו ווען מען איז שוין אפגעמאכט צו גיין אין קריג זאל מען געבן א 30 טאגיקער שטילקייט ווייל אפשר וועלן איינע פון די זייטן זיך אנדערש בארעכנען. נאר ווען די אלע זאכן זענען שוין אויסגעפירט געווארן און עס האט נאך אלץ נישט געהאלפן ערשט עדעמאלט מעג א לאנד פארמאל דעקלערן מלחמה.
דער גאנצער געדאנק פון דעקלערן מלחמה פארמאל איז צום ערשטן מאל אפגעמאכט געווארן צווישן לענדער נאך די ערשטע די האג קאנפערענצן. בעפאר דעם האבן לענדער שטענדיג אנגעגריפן אין א סורפרייז און ווער עס האט געטויגט בעסער אין סורפרייזעס האט געווענליך געהאט אן אויבערהאנט. אין די האג אינטערנאציאנאלע געזעצן איז פארבאטן פון א לאנד אנצוהייבן א קריג אין א סורפרייז. מען מוז דעקלערן מלחמה אז די אנדערע לאנד זאל זיין גרייט דערפאר אדער געבן אן אולטימאטום.
ווען מדינת ישראל איז ארויס אין די 6 טעג מלחמה אין 967' איז זי געשטאנען און געווארט צו קענען אנגרייפן די אראבישע לענדער אבער נאך א שטיק צייט האבן זיי סורפרייזט די אראבער איבערנאכט און אפגעהאלטן נצחונות. די וועלט איז געווען ברוגז אויף מדינת ישראל צוליב דעם סורפרייז אבער מדינת ישראל האט דאס אפגעווארפן און גע'טענה'ט אז די אראבער האבן ערשט אנגעפאנגן אין א סורפרייז.
קאמפן און וואפן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די האג קאנפערענצן גיבן די הויפט געזעצן וויאזוי לענדער זאלן זיך אויפפירן אין א קריג. עס פארלאנגט פון די אונטערגעבער אויפצוהייבן א ווייסע פאן און ווארענט די אינוואדירער צו שעדיגן אדער אומברענגן אזא איינעם. עס פארבאט צו אטאקירן א מענטש, אפילו א סאלדאט, וואס קען זיך נישט פארטיידיגן און דאס זעלבע מיט א פלאץ וואו עס ווערט נישט פארטיידיגט מעג מען נישט אטאקירן. שפיטעלער און געביידעס וואס ווערן גענוצט פאר שפיטעלער מעג מען בכל אופן נישט אטאקירן אפילו אויב מען ווייסט אז עס באהאלטן זיך אויס דארט די פיינט.
די נאציאנאלע און קולטוראלע סימבאלן מעגן נישט גענוצט ווערן, וואס מיינט אז מען מעג נישט נוצן יענעמ'ס פאן, יוניפארעם פאר סיי וועלכע סיבה. דאס זעלבע מעג מען נישט נוצן די יוניפארמען פון נוטראלע ארגאניזאציעס וועלכע קומען העלפן די פארוואונדעטע אין די קריג ווי די רעד קראוס. דעם פיינטס פראפערטי מעג נישט גענומען אדער פארניכטעט ווערן נאר אויב עס איז וויכטיג פאר די מיליטערישע אפעראציע און דאס זעלבע איז מיט אלע געביידעס אין וועלכע עס ווערן שטודירט ארט און סייענס אדער קולטוראלע שטודיעס.
וואפן מעג מען נאר נוצן קאנווענציאנאלע און נישט קיין כעמישע אדער ביאלאגישע וואפן. דאס געזעץ פארבאט אויך צו נוצן יעדע סארט וואפן וואס טוט שעדיגן מער וויפיל עס פעלט אויס. צום ביישפיל א קויל וואס רייסט אויף א צווייטע מאל איינמאל עס איז שוין אינעם קערפער אדער וואפן וועלכע פארמאגן א גיפט.
אויך די דזשעניווע קאנווענשאנס פארבאטן דער באנוץ פון כעמישע אדער ביאלאגישע וואפן און אין יאר 972' האט א פרישע געזעץ פארלאנגט אז א לאנד מעג דאס אפילו נישט האבן אין באזיץ און ווער עס האט דאס שוין מוז דאס פארניכטן.
פארוואונדעטע אדער קראנקע טרופן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]בעפאר דעם צוואנציגסטן יאר-הונדערט זענען געשטארבן פיל מער סאלדאטן אין מלחמות וויבאלד די פיינטליכע לענדער האבן נישט אנגעקוקט די פארוואונדעטע סאלדאטן וועלכע זענען אויסגעשטארבן פון די וואונדן. דאס האט זיך דראסטיש געטוישט נאך מיט די ערשטע דזשעניווע קאנווענשאנס וועלכע האט פארלאנגט פון אלע ארמייען אז זיי מוזן באהאנדלן פארוואונדעטע סאלדאטן פון די פיינט גענוי ווי די אייגענע. די לענדער מוזן אליינס געבן די מעדיצינישע באהאנדלונג אדער צולאזן די רעד קראוס, אדער סיי וועלכע נוטראלע ארגאניזאציע.
דאס געזעץ פארלאנגט נישט פון די מעדיקל ארבייטער צו זיין אומבאוואפנט אבער זאגט קלאר אז אויב וויל א לאנד פארזיכערן אירע מעדיקל ארבייטער זאלן זיי זיין אומבאוואפענט. אויב אן ארמיי פארמאגט נישט גענוג מעדיקל ארבייטער צו העלפן די פארוואונדעטע מעג זי פאנגן מעדיקל ארבייטער פון דעם פיינט צו העלפן אבער וועט זיי מוזן באפרייען איינמאל דער קריזיס איז פאראיבער אפילו אויב זיי זענען קעמפער.
טויטע סאלדאטן מוזן ווערן צוזאמענגענומען און דורכגעזוכט צו פארזיכערן אז זיי זענען טויט און זיי אינדענטיפיצירן ווי ווייט מעגליך און איבער געבן פאר די פיינט די נעמען פון די קרבנות. אלע קרבנות מוזן ווערן באגראבן נארמאל און אויב מעגליך לויט זייערע רעליגיעזע באגרעבעניש סדרים. נאך א קריג מוזן ביידע צדדים איבערגעבן אלע פלעצער ווי די פיינט זענען באגראבן כדי די אנדערע צדדים זאלן זיי קענען קומען אפנעמען אדער אויפשטעלן געדענקענישן.
געפאנגענע סאלדאטן (פי-או-דאבעליוס)
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אלע געפאנגענע דארפן פאררעכנט ווערן ווי געפאנגענע פון די אייגענע לאנד און נישט פון איין גרופע אדער קאמאנדע. יעדער געפאנגענער מוז באקומען פי-או-דאבעליו סטאטוס נישט קיין חילוק וואס ער האט אפגעטאן בעפאר ער איז געכאפט געווארן. ווען אמעריקע האט פארכאפט טאליבאנער אין די מלחמה מיט אפגאניסטאן האט זי נישט געוואלט זיי געבן פי-או-דאבעליו סטאטוס מיט'ן טענה אז זיי זענען טעראריסטן און באלאנגן נישט צו א קאנווענציאנאלע ארמיי. דאס האט אויסגערופן א שטורעם אין די וועלט אלס א פארלעצונג אין די דזשעניווע קאנווענשאנס.
די פי-או-דאבעליו'ס מוזן אויפגעהאלטן ווערן אין ספעציעלע קעמפס און מוזן געגעבן ווערן עסן און שעלטער. מען מוז זיי אויסהיילן פון אלע וואונדן און מען דארף זיי אונטערזוכן איינמאל פער מאנאט זיכער צו מאכן אז זיי זענען געזונט. א לאנד האט די רעכט צו נוצן די פי-או-דאבעליו'ס פאר ארבעט אבער מען מוז זיי באצאלן. אפיצירן וועלכע ווערן פארכאפט דארפן באקומען בעסערע באהאנדלונגן ווי די אנדערע געפאנגענע און זיי מעגן נישט געגעבן ווערן ארבעט.
די געפאנגענע מעגן אויסגעפרעגט ווערן אבער אויב זיי האלטן נישט ביים ענטפערן מעג מען זיי נישט פייניגן אדער סטראשן און אנטאן אלע טאקטיקן זיי זאלן רעדן. מען מעג זיי אבער יא צוזאגן געוויסע זאכן וואס זיי וועלן באקומען אין אויסטויש פאר זייער אינפארמאציע.
וויבאלד די טאליבאנער און אל קאידא טעראריסטן וועלכע זענען געפאנגן געווארן דורך אמעריקע האבן נישט באקומען קיין פי-או-דאבעליו סטאטוסן האט אמעריקע זיך אליינס בארעכטיגט זיי אויסצופארשן מיט פיינונגן וועלכע האט געברענגט אסאך קריטיק.
די ארמיי וועלכע האלט געפאנגענע מוז איבערגעבן פאר דעם פיינט אלע נעמען און וואו זיי ווערן אויפגעהאלטן כדי זייערע פאמיליעס זאלן זיי קענען שיקן בריוון. די מיליטער דארף אויך זיכער מאכן אז די געפאנגענע זענען גענוג פארזיכערט קעגן אטאקעס פון ציווילע איינוואוינער וועלן ווילן נקמה נעמען אין זיי. קיין איין געפאנגענער מעג נישט פובליצירט ווערן אין די מידיא כאטש די מענטשן זענען זייער אינטערעסירט דערין און ווילן זען די נצחון. אויך די בילדער פון פארוואונדעטע אדער טויטע סאלדאטן מעג נישט פובליצירט ווערן.
די פי-או-דאבעליוס מוזן איינהאלטן אלע געזעצן פון די ארמיי אין וועלכע זיי ווערן געהאלטן און אויב נישט מעגן זיי באשטראפט ווערן מיט די זעלבע קנסות ווי די ארמיי מיטגלידער. דאס רעכנט אריין אויב איינער אנטלויפט און מען כאפט אים. אבער אויב ער גרייכט זיין טעריטאריע און ווערט שפעטער ווידער פארכאפט מען ער מער נישט באשטראפט ווערן פאר'ן אנטלויפן. דאס זעלבע איז מיט א שפיאן וועלכער אנטלויפט פון זיינע פארכאפער מעג באשטראפט ווערן פאר'ן אנטלויפן. אבער אויב ער גרייכט זיין לאנד און ווערט שפעטער נאכאמאל פארכאפט מעג ער נישט באשטראפט ווערן פאר'ן אנטלויפן.
ציווילע און אקופאציע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין גענעראל זענען ציווילע מענטשן אין א קריג באשיצט מיט די זעלבע מענטשליכע פרינציפאלן ווי די פי-או-דאבעליו'ס. ביידע, די דזשעניווע קאנוואנשאנס און די האג קאנפערענצן, פארבאטן יעדע סארט שעדיגונג צו ציווילע מענטשן און עס איז נישט ערלויבט זיי צו נוצן אלס א מענטשליכע פאנצער זיך צו פארזיכערן פון אן אטאקע.
די פערטע דזשעניווע קאנווענשאן איז געווידמעט איבער די באהאנדלונג פון ציווילע. עס פארלאנגט פון יעדע ארמיי צו באשיצן די ציווילע דורך מאכן נוטראלע זאנעס וואו קעמפן איז פארבאטן און פארלאנגט צו באשיצן שפיטעלער און אנדערע ספעציעלע זאנעס וועלכע ווערן באשטימט פאר קינדער אונטער 15 יאר און עלטערע מענטשן. עס איז פארלאנגט ארויפצושטעלן א רויטע קרייץ סימבאל אויף קעמפס און געביידעס וועלכע אנטהאלטן ציווילע זיי צו באשיצן. קינדער דארפן באקומען אינדענטיטעט באנדן און אויך שפיטאל באאמטע דארפן באקומען ספעציעלע אינדענטיטעט באנדן מען זאל וויסן וואו זיי באלאנגן.
ארמיי כוחות זענען פארבאטן איינצונעמען פריוואטע פראפערטי אויסער אויב די פראפערטי ווערט גענוצט דורך די פיינט צו קעמפן קעגן זיי. אין אזא פאל דארף די ארמיי צוריקגעבן די פראפערטי פאר די אייגנטומער ווען די קריג איז פארטיג אדער געבן קאמפענסאציע אנשטאט דעם. די איינציגסטע אויסנאם אין דעם געזעץ איז מידיא געביידעס וועלכע מעג יא איינגענומען ווערן אבער אויך די פראפערטיס דארפן צוריקגעגעבן ווערן שפעטער און אויב עס איז אוממעגליך דארף מען געבן קאמפענסאציע. יעדע געביידע וועלכע ווערט גענוצט פאר רעליגיע, ערציאונג, וואוילטעטיגע צוועקן, סייענס, אדער ארט גייט אריין אין די כלל פון פריוואטע פראפערטי אפילו אויב עס באלאנגט פאר די רעגירונג.
די האג געזעצן לויטעט אז יעדע פראפערטי וואס ווערט איינגענומען דורך אן ארמיי גייט אריין אונטער זייער פאראנטווארטליכקייט וואס מיינט אז זיי דארפן זיכער מאכן אז די גאנצע געגענט איז אונטער קאנטראל און אלעס ווערט ווייטער געפירט ווי בעפאר. די איינוואוינער דארפן באשיצט ווערן און אלע ציווילע ארדענונג געזעצן דאפרן בלייבן אין פלאץ און מען דארף באוואכן די געגענט פון גנבים. אויב די ארמיי קען נישט געבן די באדערפענישן פאר די מענטשן וואס וואוינען אין די אקופירטע געגענט מוז זי געזעצליך פארלאזן די טעריטאריע און דאס איבערגעבן פאר די פיינט.
איינמאל אן ארמיי נעמט איבער די קאנטראל פון א טעריטאריע מעג זי באשטראפן די וואס פארלעצן די געזעצן אדער שטערן ארדענונג. אבער זיי מעגן נישט באשטראפן קיינעם פאר אן אקט וועלכע יענער האט געטאן בעפאר זיי האבן איינגענומען די טעריטאריע. דאס געזעץ פארלאנגט אויך אז אלע ציווילע האבן רעכט צו קאמיוניקירן מיט זייערע פאמיליעס און די אקופאציע כוחות דארפן זיי דאס צושטעלן אדער ערלויבן אפילו אויב זיי זענען פון צוויי אנדערע געגענטער. וויבאלד אמאל קען קאמיוניקאציע גענוצט ווערן צו געבן מעסעדזשעס פאר די קריג האט די אקופאציע כוחות די רעכט צו פארלאנגן פאמיליע און פריינט שמועסן אונטער אויפזיכט אז זיי זאלן פארשטיין יעדעס ווארט. דאס געזעץ גיט נאר 25 פרייע ווערטער וועלכע די ציווילע קענען אויסטוישן צווישן זיך וועלכע זיי קענען רעדן אין סיי וועלכע שפראך.
א מיליטער מעג אריבערפירן די ציווילע איינוואוינער פון איין געגענט צו א צווייטע און אפילו צו אן אנדערע לאנד אויב דאס איז פאר זייער אייגענע זיכערהייט אפילו זיי זענען נישט איינשטימיג דערמיט. דאס מעג אבער נאר געטאן ווערן ווען די ארמיי האט נישט קיין אנדערע וועג וויאזוי זיי צו באשיצן. די אריבערליפערונג מעג נאר זיין צייטוויליג און איינמאל עס איז מער נישט קיין געפאר דארפן זיי אלע צוריקגעברענגט ווערן. די אקופירנדיגע כוחות מעג נישט אריינברענגן אירע אייגענע ציווילע מענטשן אין א אקופירטע טעריטאריע. אויב זיי ווערן פארשיקט צו אן אנדערע לאנד מעג דאס נאר זיין צו א לאנד וועלכע האלט זיך אונטער די דזשעניווע קאנווענשאנס. דורכאויס די גאנצע צייט וואס די ציווילע געפינען זיך אויף א צווייטע פלאץ דארף די ארמיי וויסן וואו זיי זענען און וואס זייער מצב איז. די ארמיי דארף אנווענדן אלעס וואס מעגליך צו פארזיכערן אז פאמיליעס ווערן געהאלטן אינאיינעם.
די אקופירנדיגע ארמיי האט די רעכט צו צווינגן די ציווילע איינוואוינער צו ארבעטן אבער נאר פאר די וואוילזיין פון זייערע אייגענע סיטיזענס. אין קיין שום פאל מעגן זיי נישט גענוצט ווערן צו ארבעטן פאר די אקופירנדיגע ארמיי און יעדער מוז געצאלט ווערן פאר זיין ארבעט. אויב ציווילע ווערן גענוצט אלס פאליציי פאר די אנדערע ציווילע אז זיי זאלן ארבעטן באקומען זיי נישט די רעכט צו באשטראפן פיזיש די וואס האלטן נישט ביים ארבעטן. אויב אבער זיי ווערן גענוצט אלס רעגולערע פאליציי מעגן זיי יא באשטראפן די קרימינאלן.
אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציעס ווי די רויטע קרייץ דארפן אריינגעלאזט ווערן אין אלע טעריטאריעס וואו עס וואוינען ציווילע און אויך אין זייערע ארבעט'ס פלעצער. די ארמיי האט א רעכט צו פארלאנגן פון אלע ציווילע צו טראגן אינדענטיפיקאציע אבער זיי מעגן דאס נישט אריינקריצן אין זייער פלייש (טאטו) אפילו אויב דאס ווערט געטאן אן ווייטאג.
קולטוראלע פראפערטי
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]גענוי ווי ציווילע מענטשן דארפן ווערן באשיצט אין א קריג דארף אויך באשיצט ווערן אלע קולטוראלע פראפערטיס ווייל גענוי ווי א מענטש וועלכע קען נישט צוריק אויפלעבן קען קולטוראלע פראפערטי מער נישט איינגעטוישט ווערן. א פאראגראף אין די האג קאנפערענצן וועגן קולטוראלע פראפערטי ליינט זיך: "שאדן צו קולטוראלע פראפערטי וועלכע באלאנגט צו סיי וועמען פאר סיי וועלכע סארט קולטור מיינט שאדן צו די קולטוראלע ירושה פון די מענטשהייט, זינט יעדע מענטש שטעלט צו זיין טייל צו די וועלטליכע קולטור".
די באשיצונג פון פריוואטע פראפערטי ווערט דערמאנט עטליכע מאל אין די דזשעניווע קאנווענשאנס און אויך אין די האג קאנפערענצן און אויך איז די באשיצונג פון קולטוראלע פראפערטי באזונדער באשטימט געווארן אין דאקומענטן אין יאר 954' כאטש עס איז שוין דערמאנט געווארן עטליכע מאל בעפאר, ווייל די קולטוראלע פארניכטונג אין די צווייטע וועלט קריג איז געווען א שאדן פאר די גאנצע וועלט און אלע לענדער זענען געווען גרייט זיך צו פאראייניגן איבער פרישע אפמאכונגן וויאזוי צו באשיצן קולטוראלע פראפערטיס אפילו אין אזעלכע גרויסע מלחמות ווי די צווייטע וועלט קריג.
היסטארישע און ארכיטעקטור מאנומענטן, ארבעט פון סייענס אדער ארט, ארכאלאגישע שטחים, ביכער, און מאנוסקריפטן, און יעדע געביידע וועלכע אנטהאלט איינע פון די זאכן גייט אריין אין די קאטעגאריע פון קולטוראלע פראפערטי. די באשיצונג פון די סארט פראפערטיס איז נישט נאר א פארלאנג פון יעדע ארמיי נאר איז אויך די אבליגאציע פון יעדע רעגירונג אין פאל עס ברעכן אויס אומרוען אדער סיי וועלכע קאנפליקט אין וועלכע די פלעצער קענען געשעדיגט ווערן. די האג דאקומענט פארלאנג פון יעדע רעגירונג אונטערצונעמען מאסנאמען צו העלפן באשיצן די פלעצער. אפגערעדט איז די פארלאנג פון אן אקופירנדיגע ארמיי וועלכע מעג נישט נוצן קין איינע פון די פלעצער פאר סיי וועלכע סיבה און מעגן אפילו נישט נוצן די טעריטאריע ארום דעם אויב די קולטוראלע ארט וועט מעגליך געשעדיגט ווערן אין די קאנפליקט. גענוי ווי ביי ציווילע דארפן די אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציעס צוגעלזאט ווערן צו באזוכן יעדע ארט אדער געביידע וועלכע ווערט באשטעטיגט ביי זיי אלס א קולטוראלע ארט.
צענדליגער לענדער האבן אונטערגעשריבן אויף דעם דאקומענט ווי נאר עס איז פארגעשלאגן געווארן. איבער די יארן האבן נאך און נאך לענדער זיך צוגעשטעלט דערצו און היינט פארמאגט דער דאקומענט די אונטערשריפט פון 103 לענדער ארום די וועלט.
קאנסקעווענצן פאר פארלעצונגן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די האג און די דזשעניווע קאנווענשאנס שרייבן אז אלע לענדער וואס האבן ראטיפיצירט די אלע קאנווענשאנס זענען אויסגעשטעלט צו קאנסקעווענצן אויב זיי פארלעצן די געזעצן. די געזעצן אפעלירט צו די ארמייען אדער יעדע מיליצע גרופע וועלכע האט א פערזאן אין קאמאנד, א סימבאל וועלכע קען דערקענט ווערן פון דערווייטענס, טראגן זייערע וואפן אפענערהייט, און קעמפט ווי אן ארמיי. אין אנדערע ווערטער איז טייטש אז נאר די ארמייען אדער מיליצע קעמפער וועלכע פאלגן נאך די קאנווענשאנס נאר זיי ווערן באשטראפט פאר'ן פארלעצן.
אין די ערשטע קאנווענשאנס ווערט דערמאנט אזעלכע שטראפן ווי געלט אדער טורמע פאר די אינדיווידועלן וועלכע פארלעצן די געזעצן, זאל דאס זיין א סאלדאט באזונדער אדער אן אפיציר וועלכע גיט ארויס אזעלכע באפעלן פאר זיינע סאלדאטן. נאך די צווייטע וועלט קריג האט די יונייטעד נעישאנס זיך אונטערגענומען זיכער צו מאכן אז אלע וואס פארלעצן די געזעצן זאלן באשטראפט ווערן.
אין די האג איז נאך די צווייטע וועלט קריג אויפגעשטעלט געווארן א אינטערנאציאנאלע קארט אוו יוסטיץ וועלכע איז באקאנט געווארן אלס די וועלט'ס געריכט. די געריכט ווערט באטראכט אלס א קערפערשאפט וועלכע גלייכט אויס קאנפליקטן צווישן לענדער. צום ביישפיל אין 999' האט יוגאסלאוויע אריינגעגעבן א קלאגע קעגן נאט"א פאר'ן באמבארדירן איר לאנד וועלכע זיי האבן אנגערופן אומלעגאל און א דזשענאסייד (א סיסטעמאטישע פארניכטונג פון א עטניק). דאס געריכט האט אונטערגענומען אן אויספארשונג און האט אפגעווארפן אלע באשולדיגונגן קעגן נאט"א נאכדעם וואס עס איז פעסגעשטעלט געווארן אז נאט"א האט געפאלגט אלע אינטערנאציאנאלע געזעצן.
נאך די צווייטע וועלט קריג איז אויפגעשטעלט געווארן אן אינטערנאציאנאלע מיליטערישע טריבונאל פאר די נאצישע קרימינאלן אין נורעמבערג. אמעריקע, פראנקרייך, רוסלאנד, אין בריטען זענען געווען די אנקלעגער לענדער קעגן 22 באשולדיגטע, די העכסטע אין ראנג אין די נאצישע רעגירונג, וועלכע זענען באשולדיגט געווארן פאר'ן פארלעצן די געזעצן און פאר'ן אויספירן פארברעכנ'ס קעגן די מענטשהייט. דריי פון זיי זענען באפרייט געוארן, 8 זענען באשטראפט געווארן מיט טורמע, און 11 זענען באשטראפט געווארן מיט טויט.
אין 91' האט די יו-ען אויפגעשטעלט אן אינטערנאציאנאלע מיליטערישע טריבונאל ספעציעל פאר יוגאסלאוויע וועלכע'ס רעגירונג איז באגאנגן שרעקליכע פארברעכנ'ס קעגן די קאסאווע איינוואוינער. אלעס אינאיינעם זענען מער ווי 100 מענטשן דארט פאר'משפט געווארן פאר זייערע פארברעכנ'ס קעגן די מענטשהייט. איבער 50 זענען איינגעזעצט אין טורמע פאר טערמינען צווישן 5 יאר און 50 יאר. צענדליגער פון די באשולדיגטע זענען קיינמאל נישט געכאפט געווארן און אנדערע זענען נאך נישט פארטיג מיט זייער משפט.
אין 95' האט די יו-ען ווידער אויפגעשעטעלט א אינטערנאציאנאלע געריכט וואו עס זענען פאר'משפט געווארן צענדליגער אנפירער פון די שחיטות אין ריוואנדא, אפריקע, א יאר בעפאר.
די אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]נאך די יוגאסלאוויע געריכט אורטיילן האבן אסאך לענדער אנגעהויבן פארלאנגען מען זאל אויפשטעלן א פערמענאנטע אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט אין צוגאב צו דער אינטערנאציאנאלער געריכט פון יוסטיץ וועלכע גיט זיך אויך אפ מיט אינדיווידועלע קאנפליקטן. די פאראייניגטע פעלקער האט זיך דאס אונטערגענומען און האט אפיציעל איינגעשטעלט דאס געריכט אום דעם ערשטן יולי 2002 און באשטימט אלע ריכטער.
דאס געריכט, ווי עס וועט מעגליך אנגערופן ווערן, איז געבויט לויט די פארשריפטן פון א רוימישע סטאטו און איז באשטעטיגט געווארן דורך 120 יו-ען מיטגלידער לענדער. די סטאטו רעכנט אויס וואספארא סארט פארברעכנ'ס וועלן גע'משפט ווערן אין די געריכט וועלכע האט זינט איר גרינדונג נאך נישט געהאט קיין איין קעיס. ארום 250 מענטשן פון 60 לענדער ארבעטן פאר די געריכט.
דאס געריכט געפינט זיך אין די האג, נעדערלענדס, וואו עס זיצט דערווייל אין אן ארויסגעדינגענע געביידע. די נייע געריכט געבידע וועלכע ווערט געבויט וועט ערשט זיין גרייט ערגעץ צווישן 07' און 09'. די סטאטו זאגט אז אין נארמאלע אומשטענדן דארפ'ן אלע משפטים פארקומען אין די געריכט געביידע אבער אויב עס פעלט זיך אויס קען מען טראגן די געריכט צו א באשטימטע פלאץ. אויב די לאנד אין וועלכע די פארברעכנ'ס זענען פארגעקומען נעמט אליינס אונטער א משפט דעמאלט קען די געריכט נישט איבערנעמען די קעיס.