קירילישער שריפט

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

דער קירילישער שריפט איז אן אלפאבעטישע שריפט סיסטעם וואס האט זיך אנטוויקלט אין דער ערשטער בולגארישער אימפעריע אין דעם 10טן יארהונדערט, ווען באריס דער ערשטער פון בולגאריע האט געוואלט אז די בולגארן זאלן האבן זייער אייגענע שריפט סיסטעם.[1] ער איז דער יסוד פון די אלפאבעטן וואס מען ניצט אין פארשידענע שפראכן אין מזרח אייראפע און אזיע, ספעציעל די שפראכן וואס שטאמען פון די סלאווישע שפראכן, און אנדערע שפראכן וואס באאיינפלוסט פון רוסיש.

קיריליש שטאמט פונעם גריכישן אלפאבעט, מיט צוגעלייגטע קאנסאנאנטן פאר קלאנגען נישט געטראפן אין אוראלטער גריכיש.

זייט בולגאריע איז געווארן א מיטגליד אינעם אייראפעישן פארבאנד דעם 1טן יאנואר 2007, איז קיריליש געווארן דער דריטער אפיציעלער שריפט פונעם אייראפעישן פארבאנד, נאך די לאטיינישער און גריכישער שריפטן.

קיריליש איז דער נארמאלער שריפט פאר שרייבן די פאלגנדע שפראכן:

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. Paul Cubberley (1996) "The Slavic Alphabets" and later finalized and spread by disciples Kliment and Naum in Ohrid and Preslav schools of Tsar Boris' Bulgaria. In Daniels and Bright, eds. The World's Writing Systems. Oxford University Press. ISBN 0-19-507993-0.