קו קלוקס קלען
קוּ קלוקס קלען (Ku Klux Klan אין קורצן: KKK) איז דער נאמען פון אן אנטיסעמיטישע און ראסיסטישע ארגאניזאציע אין די פאראייניגטע שטאטן. די ארגאניזאציע האט זיך צוויי מאל אויפגעשטעלט, די ערשטע מאל איז דאס געגרינדעט געווארן ה'תרכ"ה (דעצעמבער 24, 1865). און די צווייטע מאל ה'תרע"ה (1915). די ארגאניזאציע בארימט די ווייסע ראסע און זענען אנטקעגן די שווארצע, קאטאליקן, און אידן. זיי טענה'ן אז מען דארף פארמיידן די אימיגראציע פון פרעמדע פעלקער קיין אמעריקע, צוליב דעם וואס די פרעמדע וועלן קאליע מאכן די אַמעריקאַנע קולטור און צושטערן די אמעריקאנע דעמאקראטיע. זיי פלעגן פארברענען האקנקרייצן און מארדן מענטשן. אויך האבן זיי אפטמאל אטאקירט די רעפובליקאנער.
די ארגאניזאציע איז ערפינדן געווארן אין צפון-אמעריקע נאך די אמעריקאנער בירגער־קריג.
אין יאר ה'תשכ"ד (1964) האט עמעצער מיטן נאמען עדגאר קילן וואס איז געווען א מיטגליד אין דער ארגאניזאציע, געמארדט 3 שווארצע בשעת'ן אמעריקאנער בירגער־קריג. זיין ערשטער משפט איז געווען ה'תשכ"ז (1967) ווי ער איז ארויס בארעכטיגט. אין דער צווייטער משפט, אין יאר ה'תשס"ה (2005) ווען ער איז געווען 80 יאר אלט, איז ער ארויס שולדיג, און מען האט אים געשטראפט מיט 60 יאר אין טורמע.
פאלגנדיג איז א ליסטע פון די צאל מיטגלידער לויט יארן:
יאר | מיטגלידער |
---|---|
1920 | 4,000,000 |
1924 | 6,000,000 |
1930 | 30,000 |
1970 | 2,000 |
2000 | 3,000 |