לדלג לתוכן

קולטור-ליגע

פֿון װיקיפּעדיע

די קולטור ליגע איז געווען א וועלטליכע אידישע ארגאניזאציע וואס איז געגרינדעט געווארן אין קיִעוו אין 1918 צו שטיצן אידישע ליטעראטור, אידישע טעאטער און יידישע קולטור. די קולטור־ליגע איז געװען טעטיק אין אוקראַיִנע אין די ערשטע יאָרן נאָך דער רוסישער אָקטאָבער־רעװאָלוציע

נאָך דער רוסישער רעוואָלוציע אין 1917 האָט זיך אָנגעהויבן אַ בירגער קריג אין דער רוסישער אימפעריע און אוקראַיִנע, וואָס האָט געפֿירט צו עטלעכע מאַכט ענדערונגען אין קיִעוו און פּאָגראָמען און בלוטיקע רציחות אױף ייִדן, הונגער און מגפֿות איבער גאַנץ אוקראַיִנע. אין דער צייט פון דער צענטראלער ראדא איז אוקראינע געווען ליבעראליזירט און דעמאקראטיזירט, וואס האט אויך פארשפרייט גלייכליכע רעכטן פאר יידן.

דער דעקל פון דער גראפיק זעריע פון על ליסיצקי. די זעריע הייסט "חַד גַדְיָא" און איז געווען אַרויסגעבן געווארן אין 1919.

די קולטור-ליגע איז געגרינדעט געוואָרן דעם 15טן יאַנואַר 1918 אין קיִעוו. איר ציל איז געװען איבערצומאַכן דאס ייִדישע פאלק אין אַ שעפֿערישע גלות-פֿאָלק מיט ייִדיש װי איר נאַציאָנאַלע שפּראַך. צוליב דעם האָט די „קולטור־ליגע‟ אױפֿגעבױט אַ סך לאָקאַלע, רעגיאָנעלע און טראַנס־נאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציעס, למשל ביבליאָטעקן, קינדער־גאָרטנס, פֿאַרלאַגן, צײַטשריפֿטן, טעאַטערס און כּלערלײ שעפֿערישע פֿאַרבאַנדן.