קאנאל-אינזלען

פֿון װיקיפּעדיע

די קאַנאַל־אינזלען (נארמאניש: Îles d'la Manche, פראנצויזיש: Îles Anglo-Normandes אדער Îles de la Manche) זענען אן  ארכיפעלאג אינעם ענגלישן קאנאל, לעבן דעם בארטן פון נארמאנדי אין פראנקרייך. זיי שליסן איין צוויי קרוין אפהענגיקייטן: די וואזנעשאפט פון דזשערזי, וואס באשטייט פון דזשערזי, דער גרעסטער אינזל; און די וואזנעשאפט פון גערנזי, וואס באשטייט פון גערנזי, אלדערני, סארק און עטלעכע קלענערע אינזלען. זיי זענען וואס איז איבערגעבליבן פון דער הערצאגשאפט פון נארמאנדי. זיי זענען נישט קיין טייל פונעם פאראייניגטן קעניגרייך,[1] כאטש עס איז פאראנטווארטלעך פאר פארטיידיקונג און אינטערנאציאנאלע באציונגען פון די אינזלען.[2] די קרוין אפהענגיקייטן זענען נישט מיטגלידער פון דער  קאמאנוועלט און אויך נישט פון דער  אייראפעאישער עקאנאמישער געמיינדע.

די אינזלען האבן א סך־הכול באפעלקערונג פון בערך 168,000; די הויפטשטעט פון די צוויי וואזנעשאפטן, סאנט העליער און סאנט פיטער פארט, האבן 33,500 און 16,488, איינוואוינער. די אינזלען באדעקן א שטח פון 198 ק״מ2.

געאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די קאנאל־אינזלען און דער שכנותדיקער בארטן פון פראנקרייך.

די אינזלען זענען די איינציגע בריטישע טעריטאָריעס צו זיין איינגענומען דורך דער דייַטשער אַרמיי ביי דער  צווייטער וועלט מלחמה.

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]


פון דער הערצאגשאפט פון נארמאנדי[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין 933, האט ראאול, מלך פון מערב פראנקיע געשאנקען די אינזלען צו וויליאם דער ערשטער לאנגשווערד און אנעקסירט געווארן צו דער הערצאגשאפט פון נארמאנדי.[3] אין 1066, האט וויליאם דער צווייטער פון נארמאנדי אינוואדירט און איינגענומען ענגלאנד, און איז געווארן וויליאם דער ערשטער פון ענגלאנד, אויך באקאנט ווי וויליאם דער אייננעמער. אין דער תקופה 1204–1214, האט קעניג דזשאן פארלוירן די אנזשעווען לענדער אין צפון פראנקרייך, כולל יאדערלאנד נארמאנדי, צו פיליפ דער צווייטער פון פראנקרייך, אבער ער האט געהאלטן קאנטראל איבער די קאנאל אינזלען. אין 1259, האט זיין נאכפאלגער, הענרי דער דריטער, אפיציעל נאכגעגעבן זיין טענה און טיטל צו דער הערצאגשאפט פון נארמאנדי, און דער מלך פון פראנקרייך האט נאכגעגעבן זיין טענה און טיטל צו די קאנאל אינזלען, וואס איז געווען באזירט אויף זיין פאזיציע ווי פֿעאדאלער הערשער איבער דעם הערצאג פון נארמאנדי. זייט דעמאלסט זענען די קאנאל אינזלען געווען רעגירט ווי אייגנטום פון דעם קרוין און זענען קיינמאל נישט געווארן אריינגעצויגן אין דעם קעניגרייך פון ענגלאנד און די נאכפאלגער קעניגרייכן פון גרויסבריטאניע און דעם פאראייניגטן קעניגרייך.

די פראנצויזן האבן אינוואדירט די אינזלען אין 1338, און זיי האבן געהאלטן טעריטאריע ביז 1345. עדווארד דער דריטער פון ענגלאנד האט געגעבן א טשארטער אין יולי 1341 צו דזשערזי, גערנזי, סארק און אלדערני, צו באשטעטיגן זייערע געזעצן און צו פארזיכערן זייער טרייהייט צום ענגלישן קרוין.[4]


די דייטשע אקופאציע אין די יארן 1940-45 איז געווען הארב: מער ווי 2,000 באוואוינער זענען געווארן דעפארטירט דורך די דייטשן,[5] און טייל יידן האבן זיי געשיקט אין קאצעטן.

פאליטיק[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

עקאנאמיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

טוריזם איז די הויפט אינדוסטריע אין די קלענערע אינזלען, אויך א ביסל לאנדווירטשאפט. דזשערזי און גערנזי אבער זענען געווארן הויפט פינאנציעלע צענטערס.

ביידע וואזנעשאפטן געבן ארויס זייערע אייגענע באנקנאטן און מטבעות.



רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. Royal.gov.uk. Royal.gov.uk. ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם ‏21סטן סעפטעמבער 2012. דערגרייכט דעם ‏4טן אקטאבער 2012.
  2. Fact sheet on the UK’s relationship with the Crown Dependencies. דערגרייכט דעם ‏14טן פעברואר 2016. “HM Government is responsible for the defence and international relations of the Islands.”
  3. Stapleton, Thomas (1840). Magni rotuli scaccarii Normanniæ sub regibus Angliæ, lii. 
  4. Thornton, Tim (2004). The Charters of Guernsey. Woodfield Publishing. 
  5. The German Occupation of the Channel Islands, Cruikshank, Oxford 1975 ISBN 0-19-285087-3