קאמאר

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

קאמאַרן אדער מאסקיטן זענען א פאמיליע פון קליינע פליגן (Culicidae) וואס זויגן בלוט פון בעלי חיים מיט ווארבלען, כולל מענטשן. עטלעכע שעדליכע קראנקייטן ווערן אריבערגעפירט דורך קאמארן. וועגן דעם האלטן טייל ביאלאגן אז קאמארן זענען די געפערלעכסטע בעלי חיים אין דער וועלט.

זיי זענען טעטיג אין די זומער מאנאטן, און מערן זיך בעיקר אין וואסערן וואו זיי לייגן זייערע אייער אין די מיליאנען.

דערפאר איז איינע פון די וועגן זיי צו אויסראטן דורך אויסטרוקענען אלע קליינע טייכלעך.