קאוואדא דער ערשטער

פֿון װיקיפּעדיע
קאוואדא דער ערשטער
געבורט 473 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 13 סעפטעמבער 531 (אלט 58 בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

קאוואדא דער ערשטער, דער זון פון פירוז דער ערשטער איז געווען דער קעניג פון דער סאסאניד'ער אימפעריע צווישן די יארן 488 – 531 למספרם (מיט א הפסקה פון 3 יאר 496 – 499 למספרם). און האט גע'ירש'ענט זיין פעטער דער בלינדער וואלאש (484 – 488 למספרם), וועלעכער איז געווארען ארויס געשטויסען.

אין זיין יוגנט איז ער גענומען געווארן אין געפענגענישט דורך די העפטעלייטישער מיליטער, נאכדעם וואס זיי האבן באזיגט זיין טאטען און אים באפרייט נאך צוויי יאר, פאר א גוט באצאלטער סכום אויסלייז געלט. דער פעטער פון קאוואדא, וואלאש, איז געווארען קעניג אין יאר 484 למספרם נאך א שלאכט אין וועלעכער זיין טאטא פירוז איז געפאלען, נאכדעם וואס איז איז ארויסגעשטויסן געווארן, איז קאוואדא געקרוינט געווארען אויף זיין פלאץ. די השפעה פון וואלאש אלס קעניג איז געווען פארהאלטענמעסיג קליין, און ער האט נישט מצליח געווען צו דיגירן די רייכע און בעסערע לויטע. די האפענונג פון די לעצטע אז קאוואד זאל איבער נעמען די וועג פון זיין פעטער האט זיך זייער שנעל ארויסגעשטעלט אלס פאלשער האפענונג.

קאוואד האט שטארק געשטיצט די קאמאניסטיקע גרופע געגרונדעט דורך מאזדאק דער זון פון בעמדאד וועלעכע האבן פארלאנגט אז די רייכע זאלען צוטיילען זייער פארמעגן מיט די ארימע, זיין חשבון איז געווען אזוי אום צו צוברעכן די השפעה פון די רייכע, אבער ער האט נישט מצליח געווען די רייכע חברה האבן זיך געשטארקט איבער אים און אים פארשפארט און דארט פארברענט אין יאר 496 למספרם, און געקרוינט אויף זיין פלאץ זיין ברודער דידשעמעספ 496–498 למספרם.

קאוואדע האט מצליח געווען צו אנטלויפן פון תפיסה און האט געטראפן שיץ ביי די העפטעלייטער. ער האט דארט חתונה געהאט מיט די טאכטער פון דעם העפטעלייטישער קעניג, ער האט זיך ארומגענומען מיט די העפטעלייטישער ארמיי (מיט די צוזאג אז ער וועט שפעטער באצאלען שטייער), און האט נאכאמאל איינגענומען די סאסאניד'ער מלוכה. אין יאר 499 למספרם. און כדאי צו קענען באצאלן די שטייער וואס ער האט זיך אינטערגענומען, האט ער געבעטן א הלוואה פון אנעסטעסיאוס דער ערשטער דער קייזער פון די בייזענטינישער אימפעריע, אבער אנעסטעסיאוס האט אים אפגעזאגט, אלס א נקמה פארן אפזאגען די הילף איז קאוואדא ארויס אין א מלחמה קעגן אים אין יאר 502 למספרם, מיט די הילף פון די אראבער און די העפטעלייטישע. קאוואדא איינגענומען נצחונות און האט איינגענומען אפאר פון זייערע שטעט אין ארמעניע. אבער אבער איז שנעל צוריקגעשלאגען געווארען דורך די מערב חברה וועלעכע זענען געווען פארמישט אין די געפעך צווישן די רוימער און די פרסישע.