לדלג לתוכן

צבי הירש גרינוואלד

פֿון װיקיפּעדיע

ר' צבי הירש גרינוואלד פון אפאטשנא, באקאנט אלס צבי הירש דישקא'ס איז געווען א קאצקער חסיד און דער שווער פון דעם צווייטן קאצקער רבי'ן.

ער איז געבוירן צו זיין פאטער דוב בער און זיין מוטער דישקא.

נאך זיין חתונה האט ער אנגעהויבן פארן צום חוזה פון לובלין. דאס ערשטע מאל וואס ער איז געווען אין לובלין האט דער חוזה געבעטן פונעם בארימטן סופר ר' משה פשעווארסקער צו שרייבן תפילין פאר ר' צבי הירש.

נאכדעם איז ער געווארן נאענט צו דער ייד הקדוש; נאך זיין פטירה איז ער געווארן א חסיד פונעם רבי'ן ר' בונים פון פרשיסחא און פונעם קאצקער רבי'ן.

זיין טאכטער חיה טויבע האט חתונה געהאט מיט ר' דוד, דעם קאצקער'ס זון, אין אלול תקפ"ז.

ער איז נפטר געווארן ט"ז אלול תרי"ב (אור זרוע לצדיק).