פראגראמירן שפראך

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

א פראגראמירן שפראך איז א געמאכטע שפראך וואס מען ניצט כדי צו שאפן א פראגראם אדער ווייכווארג וואס קען קאנטראלירן א מאשין, למשל א קאמפיוטער. ביז היינט האט מען שוין געשאפן טויזנטער פראגראמירן שפראכן.

א פראגראמירער שרייבט קוואל טעקסט אין א פראגראמירן שפראך. דער קוואל טעקסט ווערט פארוואנדלט אין מאשין קאד וואס דער קאמפיוטער פארשטייט.

עס זענען דא פיל פראגראמירן שפראכן וואס יעדע פון זיי איז געאייגנט פאר אנדערע צוועקן. עטליכע באקאנטע שפראכן זענען: סי (C),‏ ++C, וויזועל בייסיק (Visual Basic), פערל (Perl), דזשאווא (Java), סי שארפ (#C).

היינט ניצט מען מערסטנס אביעקט אריענטירטע שפראכן צו שאפן נייע פראגראמען. אין דער סיסטעם שאפט מען פראגראם קלאסן וואס שליסן איין סיי דאטן סיי די פונקציאנען און פראצעדורן וואס באהאנדלען די דאטן.

אויך זענען דא עטליכע שפראכן ספעציעל פאר פראגראמירן אינטערנעט בלעטער.

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

ערשטע אנטוויקלונגען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די גאר ערשטע קאמפיוטערס האט מען נישט פראגראמירט אזוי ווי היינט מיט א געשפייכלערטן פראגראם, נאר מען האט געדארפט ענדערן דער קרייזעריי פיזיש.

שפעטער האט מען אנגעהויבן שרייבן פראגראמען אין מאשין שפראך, וואו דער פראגראמירער שרייבט יעדע אנווייזונג ווי א נומער וואס דאס הארטווארג קען גלייך אויספירן.