פראגראמירן שפראך
א פראגראמירן שפראך איז א געמאכטע שפראך וואס מען ניצט כדי צו שאפן א פראגראם אדער ווייכווארג וואס קען קאנטראלירן א מאשין, למשל א קאמפיוטער. ביז היינט האט מען שוין געשאפן טויזנטער פראגראמירן שפראכן.
א פראגראמירער שרייבט קוואל טעקסט אדער קאָוד אין א פראגראמירן שפראך. דער קוואל טעקסט ווערט פארוואנדלט אין מאשין קאד וואס דער קאמפיוטער פארשטייט.
עס זענען דא פיל פראגראמירן שפראכן וואס יעדע פון זיי איז געאייגנט פאר אנדערע צוועקן. עטליכע באקאנטע שפראכן זענען: סי (C), ++C, וויזועל בייסיק (Visual Basic), פערל (Perl), דזשאווא (Java), סי שארפ (#C).
היינט ניצט מען מערסטנס אביעקט אריענטירטע שפראכן צו שאפן נייע פראגראמען. אין דער סיסטעם שאפט מען פראגראם קלאסן וואס שליסן איין סיי דאטן סיי די פונקציאנען און פראצעדורן וואס באהאנדלען די דאטן.
אויך זענען דא עטליכע שפראכן ספעציעל פאר פראגראמירן אינטערנעט בלעטער.
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ערשטע אנטוויקלונגען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די גאר ערשטע קאמפיוטערס האט מען נישט פראגראמירט אזוי ווי היינט מיט א געשפייכלערטן פראגראם, נאר מען האט געדארפט ענדערן דער קרייזעריי פיזיש.
שפעטער האט מען אנגעהויבן שרייבן פראגראמען אין מאשין שפראך, וואו דער פראגראמירער שרייבט יעדע אנווייזונג ווי א נומער וואס דאס הארטווארג קען גלייך אויספירן.
אפענער קאָד
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אפענער קאד באצייכנט א קאמפיוטער פראגראם וואס איז אפן און פריי פאר אלעמען סיי מיט זיך נוצן מיט דער פראגראם און סיי מיט ענדערן דער אינסטרוקציע לויטן פראגאמירער'ס ווילן. דער צוועק פון דער מעטאד איז צו לאזן דאס פראגראם זיך אנטוויקלען אויפן בעסטן און שנעלסטן אויפן.
צום ביישפיל, די אפערירן סיסטעם לינוקס איז אן אפענע אינסטרוקציע. דערקעגן מייקראסאפט'ס פראגראמען וואס זיינען קאמפילירט און עס איז א פארשלאסענער קאד.
דער טעכנאלאגיע ארטיקל איז א שטומף. ביטע העלפֿט וויקיפעדיע אים פֿארברייטערן. |