פערמא'ס לעצטער טעארעם
דער אַרטיקל איז אין מיטן באַאַרבעטן. און עס קען זײַן קורץ, אומפארשטענדלעך אד"ג. ביטע ניט ענדערן דעם אַרטיקל כּל־זמן דער מוסטער איז דערבײַ. דער מוסטער קען בלײַבן ביז אַ װאָך אָן דײַטיקע ענדערונגען. |
פֿערמאַ'ס לעצטער טעארעם איז א בארימטער טעארעם אין נומערן טעאריע וואס דער מאטעמאטיקער פיער דע פערמא האט פֿארמולירט אין דעם מיטן פונעם 17טן יארהונדערט, און איז געבליבן אן אפענער פראבלעם אין מאטעמאטיק ביז דער בריטישער מאטעמאטיקער ענדרו וויילס האט אים געלייזט אין 1995. דורכאויס 350 יאר איז ער געווען איינע פון די מערסט־באוואוסטע נישט־געלייזטע השערות אין דער וועלט פון מאטעמאטיק.
דער טעארעם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער טעארעם זאגט אז:
- פאר א נאטירלעכער צאל n גרעסער פון 2, זענען נישט פאראן נאטירלעכע צאלן x,y,z (גרעסער פון 0) וואס באשטעטיקן די גלייכונג: .
אוודאי, אין דעם פאל n = 2, באקומט מען די גלייכונג ווערט , וואס ווײַזט זיך אין דעם פיטאגאראס פרינציפ, און האט אומענדלעכע לייזונגען מיט y, x און z נאטירלעכע צאלן. למשל אדער . די לייזונגען זענען באקאנט ווי פיטאגארישע דרייערלעך. פֿערמאַ האט גע'טענה'ט אז אין יעדן פאל פון n גרעסער ווי 2 פון דער גלייכונג איז נישט פאראן אפילו נישט איין לייזונג אין נאטירלעכע צאלן. דורכאויס 350 יאר איז די השערה געבליבן אן אפענער מאטעמאטישער פראבלעם.