פסיקתא רבתי

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

פסיקתא איז טיישט א טייל, דאס הייסט דער מדרש איז נישט אויף תורה אדער אויף נביאים און כתובים, עס איז בלויז אויף א טייל פסוקים.

דער פסיקתא איז מיוסד געווארן אויף די הפטורת וואס מען ליינט אין די שבתים און ימים טובים וואס עס איז נישט די נארמעלע וואכן, עס איז אויף די פיהר פרשיות זכור, פרה, חודש, שבת הגדול, פסח, אלעס ארום פסח, ווי קריעת יום סוף, שבועות און מתן תורה, די דריי פורענות די דריי וואכן און אויף די שבע דנחמתא די זיבען וואכן פון תשעה באב און ווייטער וואס מען ליינט טרייסט רייד פון נביא.

דער מדרש האט גאר אסאך שיינע מדרשים וואס עס איז נישט געדרוקט אין ערגץ נאר אין פסיקתא, עס ווערט אויך גערופען אין אסאך ראשונים מיט דעם נאמען פסיקתא דרב כהנא, כאטש מען זעהט באשיינפערלייך אז זייער כוונה איז דער פסיקתא רבתי. ווי עס זעהט אויס אין די הקדמות פון די גרויסע מפרשים (רא"ז מרגליות, הרד"ל) איז דער פסיקתא מיט מיטן פסיקאת דרב כהנא גאר איינס, און דערפאר האבן די מפורשים גערופען זייער פסיקתא מיטן נאמען פסיקתא דרב כהנא, עס איז נישט קיין גאנץ נייער מדרש, עס איז נאר בלויז נאר א נוסח אזוי ווי פונעם ארגינאלן פסיקתא רבתי איז דא עטליכע נוסחאות און כתבי ידות. אבער שלמה באבער אין זיינע הקדמות טענה'ט אז דער אז דאס איז צוויי באזונעדערע פסיקתות.

עס האט מפרשים פון אסאך גדולי ישראל ווי דער ביאורי מהרי"ך הכהן, זרע אפרים פון רבי אפרים זלמן מרגליות, א שיינער ביאור פון דעם באקאנטער גאון און מדרש קענער הרד"ל, און נאך. אויך האט ער ביאורים פון דעם משכיל מאיר איש שלום.