פלי מאנשאפט

פֿון װיקיפּעדיע
אַן אויפנאמע באאמטע אין א עראפלאן

פלי מאנשפאט זענען די מענטשן אנגעשטעלט ביי דער לופטליניע צו פארזיכערן די זיכערהייט און באקוועמקייט פון די פאסאזשירן אין אן עראפלאן.

פילאטן אויף א עראפלאן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער פילאט איז דער קאפיטאן פון דעם מולטי מיליאן דאלארדיגן פליגער און זיין ארבעט איז גאר אן אחריות'דיגער. דער פילאט האט די לעבנס פון צענדליגער, און אמאל הונדערטער אין זיין האנט. עס איז אמת אז מער מענטשן ווערן אומגעברענגט פון אויטא עקסידענטן ווי פון פליגער קראכן, אבער איין פליגער עקסידענט קען ברענגן א קאטאסטראפע וואס הונדערט אויטא עקסידענטן קענען נישט ברענגן.

אויף קאמערציאלע עירליינס זענען שטענדיג פאראן כאטש צוויי פילאטן און אויף טייל פליגער זענען פאראן 3 פילאטן. יעדער פילאט איז ערפארן צו זיין ארבעט און עס איז נישט פאראן אזא זאך אז איינער איז ניי אין די דזשאב. די פילאטן טרענירן זיך זייער לאנג און גייען אדורך גאר אסאך אקטועלע טרענירונגן. זייער אסאך פון די פילאטן קומען פון די עירפארס און האבן גאר א גוטע ערפארונג.

דער הויפט פילאט ווערט אנגערופן דער קאפיטאן, ער זיצט אויף די לינקע זיץ אינעם קאבינע. ער איז פאראנטווארטליכט און האט די ערשטע ווארט אויף יעדע באשלוס וואס עס דארף געמאכט ווערן אויף די עירקרעפט. אין פאל פון אן עמוירדזשענסי וועט ער איינטיילן יעדע שריט וואס מען זאל ווייטער טאן.

דער צווייטער פילאט, וועלכער זיצט אויף די רעכטע זייט, איז דער קא-פילאט, ער ווערט אויך אנגערופן דער ערשטער אפיציר. אויך ער האט גארנישט ווייניגער ערפארונג ווי דער קאפיטאן, ער העלפט ארויס דעם פילאט אין זיין ארבעט און גיט א צווייטע פארשלאג ווען עס קומט צו מאכן באשלוסן. דער הויפט סיבה פארוואס עס איז פאראן צוויי פילאטן איז וועגן זיכערהייט. סתם א מענטש קען נישט פירן א פליגער און דערפאר פעלט זיך אויס א צווייטער פילאט אין פאל עפעס פאסירט מיט'ן ערשטן. די עלטערע פליגער וועלכע זענען געבויט געווארן בעפאר 980' פארמאגן אויך א דריטער פילאט, וועלכע איז דער פלייט אינדזשעניר (ווערט אויך אנגערופן דער צווייטער אפיציר). זיין ארבעט איז צו באטראכטן אלע אינסטרומענטן און זיכער מאכן אז אלעס קלאפט. דורכאויס די פלייט וועט דער פלייט אינדזשעניר אויסרעכענען אלע חשבונות וועגן די ווינטן און ווייטקייט, און פלאנירן די ריכטיגע וועגן פאר'ן פליגער. היינט ווערט די ארבעט געטאן דורך א קאמפיוטער, וועלכע שיקט אלע מעסעדזשעס צום פילאט אויף א סקרין. די נייערע פליגער פארמאגן טאקע נישט קיין פלייט אינדזשעניר, און איינמאל די עלטערע פליגער וועלן ארויסגיין פון באנוץ וועט מען מער נישט הערן פון אזא פאזיציע.

אלע דריי פילאטן זענען אייניג טרענירט אבער דער הויפט פילאט פארמאגט מער ערפארונג ווי די אנדערע צוויי. ווען א פילאט הייבט אן ארבעטן פאר אן עירליין וועט ער ערשט געהאלטן ווערן אויף רעזערוו און נאך א שטיק צייט וועט ער קענען ווערן א פילאט אויב עס איז פאראן אן עפענונג. די רעזערוו פילאטן לעבן אן אומפאראויס פלאנירטע לעבן, זיי מוזן זיין גרייט יעדע שטונדע אין טאג צו גיין ארבעטן ווי אימער זיי ווערן גערופן. זיי דארפן געווענליך דעגרייכן די לופטפעלד און זיין גרייט צו פליען ביז אנדערהאלבן שעה. די פילאטן נעמען איבער די ארבעט פון די רעגולערע פילאטן, אויב איינער שפירט זיך נישט גוט אדער קען נישט מאכן די פלייט צוליב סיי וועלכע סיבה. טייל טעג זענען די רעזערוו פילאטן ליידיג און אמאל זענען זיי זייער פארנומען. ווען זיי קומען אן צו די ארבעט ווייסן זיי נאך קיינמאל נישט צי עס האנדל'ט זיך פון א רייזע צו אן אנדערע שטאט נישט ווייט אוועק, אדער צו די אנדערע עק וועלט וואס וועט געדויערן כאטש עטליכע טעג.

די אמטירנדיגע פילאטן האבן געווענליך א סקעדזשועל וועלכע ווערט אנגערופן א ליניע. די פילאטן ווייסן יא פון פאראויס זייערע טעג, אבער קענען זיך נאך אלץ נישט פונקטליך אויסרעכענען, ווייל עס מאכט זיך זייער אסאך אז די פלייט סקעדזשועלס ווערן פארשפעטיגט, און אין אזא פאל וועלן די פילאטן בלייבן ארבעטן מער ווי זייערע 8 שטונדן פאר דאמעסטיק, און 12 שטונדן פאר אינטערנאציאנאל. צום מערסטן ווערן די סקעדזשועלס פארשפעטיגט ווען איינע פון די פילאטן קענען נישט אנקומען אין דער לעצטע מינוט, און מען מוז פארשאפן א רעזערוו פילאט.

צוגערייטונגען פונעם פילאט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אינדאנעזיע ענדערן פלי מאנשאפט

בעפאר א פלייט הייבט זיך דארף דער פילאט איבערקוקן אלע אינפארמאציע וועגן די פלייט און זיין אין קאנטאקט מיט'ן קאנטראל טורעם. דער פילאט טרעפט זיך מיט די גאנצע מאנשאפט, און מאכט זיכער אז אלעס איז גרייט. דער פילאט דארף דאן אונטערשרייבן אן אזויגערופענע פלייט רעליס, וועלכע איז א דאקומענט וועלכע פארזיכערט אז אלעס איז גרייט. דער פילאט וועט דאן באקומען אינפארמאציע פון די קאנטראל טורעם איבער די וועטער און א פונקטליכע באריכט פון די פאסאזשירן, און וויפיל זיי ציילן. רוב פליגער האבן היינט אריינגעבויטע פרינטערס וועלכע פרינטן באלד ארויס אלע אינפארמאציע, כדי דער פילאט זאל נישט דארפן פארברענגן א איבעריגע מינוט.

ווען אלעס איז גרייט וועלן די מאנשאפט פארשליסן אלע טירן, און דער פילאט וועט דאן געבן דעם "אקעי" צו די געיט ארבייטער, וועלכע וועלן צוריק שטופן דעם פליגער צו די ראנוועי. פון דארט וועט דער פילאט נאכפאלגן די גענויע אינפארמאציע וואס ער ווערט געגעבן פון די קאנטראל טורעם.

נאכדעם וואס די פלייט האט געלאנדעט, וועט דער פילאט זיך נאכאמאל טרעפן מיט די מאנשאפט און הערן אויב איינער האט עפעס איבערצוגעבן. דער קא-פילאט דארף דעמאלט איבערקוקן אלע אינסטרומענטן און זיכער מאכן אז אלעס ארבעט געהעריג.

די איינציגסטע פיזישע ארבעט וועלכע דער פילאט טוט איז דאס אויפהייבן און לאנדן. איבער די גאנצע רייזע פארן די היינטיגע פליגער אויטאמאטיש, און די פילאטן דארפן נאר האלטן אן אויג. אויפהייבן און לאנדן איז א שווערע ארבעט יעדעס מאל, און אפילו די מערסט ערפארענע פילאטן אטעמען אפ נאך יעדע לאנדונג. די פילאטן דארפן זיין גרייט יעדע מינוט אין פאל עס מאכט זיך אן עמוירדזשענסי, און דאן וועלן זיי מוזן איבערנעמען דאס רעדל, ווייל די פליגער זענען אזוי איינגעשטעלט אז ווען עס מאכט זיך די מינדעסטע פראבלעם טוט זיך די אויטאמאטישע סיסטעם אויסלעשן.

זינט פלייטס פארן איבער די גאנצע וועלט און די קאנטראל טורעמעס מוזן זיין אין קאנטאקט מיט די פילאטן, האבן די עירליינס אויפגעצויגן די ענגלישע שפראך אלס די אפיציעלע שפראך וואס ווערט גענוצט אין אלע קאנטראל צימערן אין די גאנצע וועלט. אויב דער פילאט קען די נאטיווע שפראך דעמאלט וועלן זיי יא רעדן אין זייער שפראך.

טייל פילאטן קענען נאר אזויפיל ענגליש וויפיל עס פעלט אויס צו פארשטיין די קאודס, און עס האט שוין טאקע פאסירט מער ווי איין עקסידענט נאר צוליב די אומפארשטענדעניש פון די קאנטראל טורעם און דער פילאט.

פלייט אטענדענטס[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דאס געזעץ פארלאנגט אז עס מוז זיין כאטש איין פלייט אטענדענט פאר יעדע 50 פאסאזשירן. די ארבעט פון די פלייט אטענדענטס הייבט זיך אן בעפאר דער ערשטער מענטש טרעט ארויף אויפ'ן פליגער, און ענדיגט זיך נאכדעם וואס דער לעצטער מענטש טרעט אראפ.

בעפאר די טירן ווערן געעפענט דארפן אלע פלייט אטענדענטס זיין גרייט אויף זייערע פאזיציעס, און ווען די פאסאזשירן קומען ארויף דארפן זיי צייגן די זיץ פלעצער, העלפן ארויפלייגן די באגאזשן, טרענירן די פאסאזשירן וועלכע זיצן ביי די עמוירדזשענסי טירן צו זיין גרייט, צייגן די זיכערהייטן וועלכע דער פליגער פארמאגט, און זיכער מאכן אז יעדער איז צוגעבינדן מיט די זיץ פאסיקעס.

ווען דער פליגער איז גרייט זיך צו הייבן וועט דער פילאט געווענליך אויסרופן צו דערמאנען די פלייט אטענדענטס זיי זאלן זיך צובינדן צו די ספעציעלע דזשאמפ זיצן וועלכע זענען אינסטאלירט פון פארנט און פון אונטן.

איינמאל דער פליגער איז שוין אויסגעגליכן וועלן זיי צוגרייטן איבערבייסונגן און מאלצייטן פאר די פאסאזשירן.

אזוי זענען זיי פשוט'ע באדינער, אבער זיי זענען אויך געלערנט צו זיין גרייט אין פאל פון א עמוירדזשענסי. זיי דארפן קענען בארואיגן די פאסאזשירן, און וועלן העלפן די פאסאזשירן ארויסגיין פון דעם פליגער בעפאר זיי קענען ארויסגיין. סיי וואספארא פראבלעם עס מאכט זיך זענען זיי פאראנטווארטליכט צו האלטן די פאסאזשירן רואיג און געבן הילף פאר די וואס דארפן עס.

די עירליינס פרובירן צו נעמען פריינטליכע און העפליכע מענטשן אלס פלייט אטענדענטס, וועלכע קענען אויך צייגן א רואיגע געמיטער אין פאל פון א פאניק. די געקליבענע קאנדידאטן ווערן טרענירט פאר 2 מאנאטן און אויב זיי מאכן דורך אלע טעסטן ווערן זיי אויפגענומען צו די דזשאב. עס שרייבן זיך איין פיל מער קאנדידאטן וויפיל עס איז מעגליך אויפצונעמען, ווייל די ארבעט איז פאררעכענט אלס א גרינגע ארבעט מיט אסאך בענעפיטן.

רוב עירליינס וועלן לאזן זייערע פלייט אטענדענטס פארן סייוויי פאר קוים עטליכע דאלאר אויב עס איז פאראן איבעריגע זיצן.

פלייט אטענדענטס זענען איינגעשטעלט אזויווי די פילאטן, און עס זענען פאראן די וואס האבן א סקעדזשועל און עס זענען פאראן אסאך אין רעזערוו וואס ווייסן נישט וואו די נעקסטע מינוט וועט זיי טראגן. די וואס פארן ווייט באקומען שטיבער אין האטעלן איבער צו נעכטיגן, און טייל קומען יא צוריק אהיים יעדע נאכט.


מאנשאפט היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ווען פליגער האבן אנגעהויבן פליען אין דער לופטן זענען די פילאטן געווען די משה-מענטשן וועמען יעדער האט ארויפגעקוקט. ווען איינער האט באגעגענט א פילאט איז געווען א גאנצע שמחה אזויווי איינער זאל היינט טרעפן דעם פרעזידענט. פירן א פליגער איז געווען א שווערע ארבעט וואס ווייניג האבן געקענט כאטש עס איז נאר געווען איין קאנטראל רעדל און דאס אלעס. ווען פליגער טעכנאלאגיע איז געווארן מער פארגעשריטן האבן די פילאטן געהאט א גרינגערע ארבעט אבער די טרענירונג האט געדויערט פיל לענגער ווייל די פילאטן האבן זיך געברויכט אויסלערנען וואס יעדע אינסטרומענט טוט און וויאזוי מען קאנטראלירט דאס.

אין די צייטן פון די ערשטע וועלט קריג האט זיך אנגעהויבן פילאט טרענירונג אין די מאסן אבער נאר פאר די מיליטער. נאך די קריג און נאכמער נאך די צווייטע וועלט קריג האבן די פילאטן אנגענומען קאמערציאלע פלייטס און אלע פילאטן זענען געווען קריג'ס העראס. היסטאריע זאגט אז נאך אין 960' זענען אלע פילאטן געווען ווייסע מענער מיט א מיליטערישע רעקארד. מיט די יארן האט זיך דאס געטוישט און די עירליינס האבן אנגעהויבן אויפנעמען אויך פרויען און מינאריטעט פילאטן און מען האט געגעבן די מעגליכקייט אפילו פאר די וואס וואס זענען נישט געווען אין די מיליטער אזוי לאנג ווי זיי האבן די ריכטיגע ערפארונג. היינט זענען טאקע נאר האלב פון די פילאטן מיליטער לייט.

אין די ערשטע יארן פון קאמערציאלע עירקרעפט זענען רוב פליגער געפארן מיט קארגא און האבן אויפגענומען ווייניג מענטשן ווייל עס איז געווען זייער טייער. עס זענען פארשטייט זיך נישט געווען קיין פלייט אטענדענטס און יעדער האט זיך געדארפט ספראוון מיט זיך אליינס און די פילאטן האבן מיטאמאל געהאט צייט אנצוקוקן די פאסאזשירן ווייל זיי זענען געווען זייער פארנומען. ווען עירליינס זענען געווארן מער פארנומען און זיי האבן אויפגענומען מער פאסאזשירן האבן געוויסע עירליינס אויפגענומען יוגנטליכע צו העלפן די פאסאזשירן און געבן אינפארמאציע. אין 930' האט א נוירס מיט'ן נאמען עלען טשארטש פארגעשלאגן פאר באואינג (וועלכע איז דעמאלט געווען אויך אן עירליין) אז עס וואלט געווען א גוטע געדאנק איינצוטוישן די יוגנטליכע מיט רעגיסטרירטע נוירסעס וועלכע זענען געלערנט צו זיין בייהילפיג צו מענטשן און וועלן קענען העלפן אין פאל פון אן עמוירדזשענסי. באואוינג האט געפאלן די געדאנק און האט אויפגענומען 8 נוירסעס פאר א 3 מאנאטן פראבע אויף עטליכע פון איר עירקרעפט. די פראבע איז געווען א סוקסעס און די פאסאזשירן האבן אויסגעדרוקט שטארקע צופרידנהייט פון די העפליכע נוירסעס. פון דארט האט שוין נישט געדויערט לאנג ביז אלע עירליינס האבן נאכגעטאן דאס זעלבע און מיט דער צייט האבן די פלייט אטענדענטס מער נישט געברויכט זיין קיין נוירסעס, אבער די העפליכקייט און צוגעלאזנקייט איז געבליבן א וויכטיגע עלעמענט אין זייער שטעלע.

די ניי אויפגעקומענע פלייט אטענדענטס זענען גערופן געווארן סטוארדסעס און האבן נאר געמעגט זיין יונגע פרויען וואס האבן נאך נישט געהייראט ווייל די עירליינס האבן געהאלטן אז א געהייראטע פרוי וועט נישט קענען טאן די ארבעט זייענדיג אזויפיל אוועק פון אינדערהיים (אמאל איז געווען אן אנדערע וועלט). זיי האבן געמוזט זיין א געוויסע הויך און א געוויסע וואג זיכער צו מאכן אז זיי זענען גענונג אקטיוו און צוגעשטעלט פאר די ארבעט. די שטעלע איז געווארן זייער אן ארויפגעקוקטע דזשאב אבער די פלייט אטענדענטס זעלבסט האבן נישט גענאסן קיין סאך בענעפיטן אין יענע יארן און האבן באקומען גאר ווייניג באצאלט.

מיט די יארן האט זיך אבער אלעס געטוישט און יעדער האט געקענט ווערן א פלייט אטענדענט. די עירליינס האבן זינט דאן שטענדיג אויפגענומען מענער און פרויען אייניג און פון אלע סארטן און היינט באקומען זיי די זעלבע בענעפיטן פון די פילאטן, ווייל די עירליינס האבן באשלאסן אז די פלייט אטענדענטס זענען דאס געזיכט פון די עירליין וועלכע די פאסאזשירן זעען דורכאויס רוב שטונדן פון א פלייט.

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: פלי מאנשאפט