פלאטערל

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
פלאטערל
Charaxes brutus natalensis אין דאר עס סאלאם, טאנזאניע
וויסנשאַפֿטלעכע קלאַסיפֿיקאַציע
קעניגרייך: בעלי חיים
שטאַם: ארטראפאדן
קלאַס: אינסעקטן
סדר: Lepidoptera
(unranked): Rhopalocera
Subgroups
דאס בארימטע מאנארך פלאטערל Danaus plexippus וואס מיגרירט יערליך אין די צענדליגע מיליאנען פון צפון נארד אמעריקע צו א קליין געגנטל אין מעקסיקע.

א פֿלאַטערל וואס איז אויכעט גערופן שמעטערלינג אדער זומער פייגעלע, איז א סארט פון פיר געפליגעלטע אינסעקט. עס געהערט צום סדר לעפידאפטערע, וואס איז כולל די מאלן וואס קערן אן צו פלאטערלעך. א פלאטערל האט פיר פליגלעך באדעקט מיט קליינע שופן. די פליגלעך האבן שיינע קאלירן און מוסטערן.

א פלאטערל הייבט אן זיין לעבן אין אן איי. דערנאך ווערט דער איי א לארווע (שלייערל). נאך א שטיק צייט פארוואנדלט זיך די לארווע אין א קריסאליס. אין דעם קריסאליס וואקסט דאס פלאטערל. ווען דאס פלאטערל קומט ארויס לייגט ער אייער און דער מחזור הייבט זיך אן ווידער אמאל.