לדלג לתוכן

פישטראן

פֿון װיקיפּעדיע

פֿישטראָן (אָדער סתּם טראָן) איז אַן אייל, אַ דיעט־סופּלעמענט געמאַכט פֿונעם לעבער פֿון אַ דאָרש. עס פֿאַרמאָגט אַ הױכן כּמות אָמעגאַ־3, װיטאַמין־A און װיטאַמין־D.

אַמאָל פֿלעגט מען צוגרײטן דעם טראָן אױף אַזאַן אופֿן׃ אָנפֿילן אַ הילצערן פֿאַס מיט דאָרשלעבערס און ים־װאַסער, און לאָזן יערן אַ יאָר צײַט.

מ'פלעג געבן אלע קינדער טראן טאג טעגלעך ווייל דער װיטאַמין־D אינהאלט טוט שיצן קעגן ענגלישער קרענק, פון וואס אסאך קינדער האבן אמאל געליטן.

אידן פֿלעגן זיך אױסשמירן די שטיװל מיט טראָן לכּבֿוד שבת.[1]