פארטאל:וויסנשאפט
הויפט זייט | קאטעגאריעס און הויפט טעמעס | פארטאלן און וויקיפראיעקטן | וואס איר קענט טון |
וויסנשאפט קען באדייטן נארוואס א קערפער פון וויסן וואס מען דערגרייכט אויף א קאנטראלירטן אופן. א מער באגרעניצטע באדייטונג איז "וויסנשאפט" א סיסטעם פון קונה זיין וויסן דורך עמפיריזם און עקספערימענטירן.
וויסנשאפטלער האלטן אז וויסנשאפלעך אויספארשן דארף זיך פירן לויט דער וויסנשאפטלעכער שיטה, א מהלך פון אנטוויקלען און אפשאצן נאטירלעכע דערקלערונגען פאר פענאמענען באזירט אויף עמפירישער שטודיע און זעלבשטענדיקער קאנטראלירונג.
געווייטלעך ווערן די געביטן פון וויסנשאפט קלאציפיצירט אויף צוויי הויפט טעמעס: נאטור-וויסנשאפטן, וואס איז עוסק אין נאטירלעכע פענאמענען; און סאציאל וויסנשאפט, וואס באהאנדלט מענטשן אויפפיר און חברה. צי מען זאל רופן מאטעמאטיק א וויסנשאפט ווענט זיך ווי מ'קוקט דערויף.
ס'איז אויך פאראן די אונטערשייד צווישן ריינע וויסנשאפט און אנגעווענדעטע וויסנשאפט. ריינע וויסנשאפט זוכט אויס נייע ערפינדונגען נישט קוקנדיג אויף אן אנווענדונג. אנגעווענדעטע וויסנשאפט איז עוסק בעיקר אין אנווענדן ווארהייטן וואס זענען שוין בנמצא אויף נייע אופנים.
אויסגעקליבענער ארטיקל
דאס קומט צושטאנד דורך אומאייניגע אטמאספערע הייצונג אויף דעם ערד פלאך. וואס אויף איין פלאץ איז די טעמפעראטור נידעריגער וואס שלעפט די לופט פון די שכינותדיגער פלאץ וואס איז העכערע טעמפרוטאר.
עס פאסירט אין אלע פארמען, פון א קליין פרישער לופטל וואס בלאזט אויף אפאר מינוט, ביז גלאבאלע שטורעמס.
א קליינער ווינטל פאסירט דורך דעם וואס די זין באקט אויף איין פלאץ, און מאכט אז די ווארעמע לופט זאל זיך הייבן, און די זייטיגע קאלטער לופט קומט אטאמאטיק אהין צו ערזעצן דעם חלל וואס האט זיך געשאפט דורך די לופט וואס איז ארויפגעגאנגען. דאס שאפט די פארענדערע לופט וואס מיר רופן ווינט.
אויסגעקליבענע בילד
דאס פאלקירק ראד, וואס האט א נאמען נאך דער נאנטער שטאט פאלקירק אין צענטראל סקאטלאנד, איז א דרייעדיקע שיפל הייבמאשין וואס פארבינדט דער פארט און קלייד קאנאל מיטן יוניאן קאנאל, וואס האבן דא אן אונטערשייד אין הויך פון 24 מעטער, בערך אזוי הויך ווי א געביידע פון אכט שטאק.
אום 24 מיי 2002, די מלכה עליזאבעט די צווייטע האט געעפענט דאס פאלקירק ראד, אלס איינע פון די פייערונגען פון איר יובל יאר. דאס עפענען איז געווען פארהאלטן מיט א חודש צוליב וואנדאלן וואס האבן פארפלייצט דאס ארט ווען זיי האבן געעפנט די טויערן פונעם ראד מיט געוואלד.
אויסגעקליבענע ביאגראפיע
איינשטיין'ס פילע ביישטייערונגען צו פיזיק שליסן איין זיין ספעציעלע טעאריע פון רעלאטיוויטעט, וואס האט אויסגעגליכן מעכאניק מיט עלעקטראמאגנעטיזם, און זיין אלגעמיינע טעאריע פון רעלאטיוויטעט, וואס האט פארברייטערט דעם פרינציפ פון רעלאטיוויטעט צו אומאיינהייטלער באוועגונג, שאפנדיג א נייע טעאריע פון גראוויטאציע. זיינע אנדערע ביישטייערונגען זענען כולל רעלאטיוויסטישע קאזמאלאגיע, קאפילאריע טואונג, פראבלעמען פון סטאטיסטישער מעכאניק און זייער אנווענדונג צו קוואנטן טעאריע, די קוואנטום טעאריע פון א מאנאטאמישן גאז, די געאמעטראזיע פון פיזיק, און נאך.