פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2007 יוני 7
מראה
- מערערע רבנים זענען נעכטן אראפגעפארן קיין אריזאנע צו באאבאכטן פונדערנאנט דעם פרישן שניט פון אריזאנע ווייץ פאר די מצות פון קומענדיגן יאר תשס"ח. (פון די אידישע וועלט)
- בחור אין קראון הייטס ווערט באגנבט פון זיין לעפטאפ קאמפיוטער זיצנדיג אין א פארק, דורך א שווארצער באגלייט פון א 10 יעריג קינד. גוי: איך דארף עס כדי צו געבן צו עסן פאר מיינע קינדער. נאכן נאכלויפן פאר אפאר גאסן האט דער שחור געפאכעט מיט א שטיין: דו ווילסט איך זאל דיר אוועקלייגן אויף אייביג?. שומרים נישט געכאפט פארברעכער. (קראון הייטס אינפא. דורך די אידישע וועלט)
- ערנסטע זארג איבער חרדי'שע תלמוד תורה אין וויען: דער מסור, לויט טייל חרדים, און ארטיגער נטורי קרתא עסקן, ר' משה אריה פרידמאן וואס האט זיך געקושט פאראיאר מיט אכמאדעניזשאד איז געגאנגען אין געריכט קעגן די ווינער ת"ת פארן נישט אננעמען זיינע קינדער מיט זיי צו לערנען תורה. דער געריכט באטראכט יעצט די מעגליכקייט אפצושפארן די ת"ת. (בחדרי חרדים דורך די אידישע וועלט)