לדלג לתוכן

פאני לעוואנדא

פֿון װיקיפּעדיע
פאני לעוואנדא
געבורט 1888
רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1941 (אלט 53 בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פוילן, ליטע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

פֿאַני לעוואַנדאַ איז געווען די אייגנטימערין פֿון אַ באַקאַנטן וועגעטאַרישן רעסטאָראַן אין ווילנע. זי האט געשריבען א „וועגעטאריש־דיעטישער קאָכבוך‟ אויף יידיש. איוו יאָכנאָוויץ האט איבערזעצט דאָס בוך אויף ענגליש.[1]

פֿאניס פאטער איז געווען חיים אפֿרים פֿישל(י)עוויטש (1865–1941), א פיש-סוחר. אין 1880 האט זי חתונה געהאט מיט לאזאר לעוואַנדאָ פון בעלארוס.

איר מאן איז געווען אן אייער-סוחר. [2]

שטאָלפּערשטיינער פון פאנני לעוואנדא און איר מאן אין ווילנע

פאניס משפחה איז זיך איבערגעקליבן פון פוילן קיין ענגלאנד, אבער פאני און איר מאן זענען געבליבן אינעם לאנד, אז לאזאר איז געווארן קראנק.[2] שפעטער זענען זיי זיך איבערגעצוגן קיין ווילנע, וואס איז געווען א טייל פון פוילן אין דער דאזיקער צייט.

אין פאניס רעסטאראן אין ווילנע האט מען געקאכט וועגעטארישע מאלכים. דאס רעסטאראן איז געווארן שנעל בארימט און א סך באוווסטע פערזענלעכקייטן האבן עס באזוכט, למשל מארק שאגאל.

דאס קאכבוך איז אויסגעגעבן געווארן אין 1938 אויף יידיש און אַנטהאַלט כמת 400 רעצעפּטן פֿון ייִדישע מאכלים, וואס זענען איבערגעמאַכט געווארן אויף אַ וועגעטאַרישן שטייגער. ס'איז דא אויך פאניס עסיי וועגן דעם וועגעטאַריאַניזם אינעם בוך.[1]