פּאַריזער צײטשריפֿט
מראה
די פּאַריזער צײַטשריפֿט איז געװען אַ זשורנאַל, װאָס איז דערשינען אין פּאַריז פֿון יאָר 1953 ביזן יאָר 1969 (פֿערציק נומערן זײַנען געדרוקט געװאָרן). בײַם אָנהייב איז דער זשורנאַל דערשינען פֿיר מאָל אַ יאָר, אָבער אין די לעצטע יאָרן זײַנען דערשינען בלױז אײן אָדער צװײ נומערן אַ יאָר.
די דאָזיקע צײַטשריפֿט איז געװען פֿאַרבונדן מיט די לינקע, באַזונדערש מיט דער פֿראַנצײזישער קאָמוניסטישער פּאַרטײ.
טעמעס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אַװדאי צוליב אירע פֿאַרבינדונגען מיטן ראַטן־פֿאַרבאַנד האַט די פּאַריזער צײטשריפֿט פּובליקירט לידער פֿון סאָװעטישע פּאָעטן, למשל לײב קװיטקאָ אָדער פּרץ מאַרקיש. זי האָט אױך פּובליקירט אַ סך װערק פֿון ייִדישע שרײַבערס און אַרטיקלען װעגן ליטעראַטור און װעגן דער געשיכטע פֿונעם ײִדישן פֿאָלק בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה.