פּאַקער

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

א פּאַקער איז איינער וואס נעמט צוזאם די ספרים און סידורים אין די שוהלן און אין ישיבות.

וויבאלד א סאך מענטשן פארגעסן - אדער האבן נישט קיין געדולד - אוועקצולייגן די ספרים אין וואס זיי האבן געלערנט, ווערן די טישן אנגעשטויסן מיט ספרים און ס'איז נישט קיין הרחבת הדעת פאר די קומענדיגע מתפללים און לומדים.

געווענליך פאקט מען ביינאכט אז ס'זאל שיין און פריש אויפגערוימט פאר אינדערפריה, אין די גרויסע בתי מדרשים און היכלי התורה מוז מען אבער פאקן צוויי אדער אפילו דריי מאל א טאג.

ס'איז געווענליך די אחריות פונעם שמש אויפצונעמען א פאקער, און וויבאלד ס'איז נישט אזא גוט באצאלטע ארבעט און ס'קען אויך זיין גאנץ שווער און לאנגווייליג ווערט דאס געווענליך געטוהן דורך א בחור אדער כולל יונגערמאן וואס האט נישט קיין גרויסע הוצאות.

פאר די קלענערע בתי מדרשים אין שטאט וואס האבן נישט אזויפיל ספרים, נעמט מען איין פאקער פאר איין געגנט.