עלקושער דערנידערונגס אקציע

פֿון װיקיפּעדיע

די עלקושער דערנידערונג, אדער דער בלוטיגער מיטוואָך, איז דער נאמען פאר א פסיכאלאגישע דערנידערונג און אקציע פון נאצישער אינדזיקיעוועס וואס איז פארגעקומען אויף די אומגליקליכע אידישע אונטערטאנען כ"ה תמוז ה'ת"ש (31סטן יולי 1940) אין עלקוש, פוילן. 

עס איז נישט באקאנט איבער געהרגעטע פון דער אקציע, אבער ממש אלע אידן פון דער שטאט זענען ליידער געהרגעט געווארן ביז צוויי יאר שפעטער נאכן גרייכן קיין אוישוויץ.

די אקציע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אום חודש סיון ה'ת"ש האט די געשטאפא אפגעראכטן א משפט איבער דער רציחה פון א דייטשער גרעניץ היטער, וואס האט געוואוינט אין עלקוש. 30 פוילישע גויים זענען געווארן פארמשפט צו טויט, און די אידן זענען געווארנט געווארן אז זייער טייל וועט נאכפאלגן רח"ל.

הרב משה האגערמאן באקליידעט מיט צושפאלטענע תפילין, בארוועס און דערנידערט דורך די נאציס אויפן מארק אין עלקוש (פוילן), ביים דערנידערונגס אקציע אין עלקוש, כ"ה תמוז ה'ת"ש, ווען אינעם הינטערגרונט ווערט געזען פארפייניגטע אידן.

ארום אַ חודש שפּעטער, כ"ה תמוז ה'ת"ש (31סטן יולי 1940) זענען געווארן פארזאמלט די אידישע מענער פון דער עלטער פון 17 און העכער אויפן הויפּט מאַרק פון דער שטאָט, וואו זיי האבן נעבעך מיטגעמאכט שווערע אינזדיקיעווזעס. צווישן אנדערע זענען זיי געווארן באפוילן צו פאָרלייגן זייערע אידענטיטעט קאַרטעס און זיך צו רעגיסטרירן, שלאָפן אַ גאנצן טאָג מיטן פנים צו דער ערד, בשעת די רשעים טרעטן אויף זיי און שלאגן זיי און פארלאנגען פון זיי צו אויפהייבן די הענט און פיס אויף זייער רוקן.

הרב משה האגערמאן און אנדערע זענען געבראכט געווארן צום מארק פון דער שול אוואו זיי האבן געהאלטן אינמיטן דאווענען, אנקומענדיג זענען שוין געליגן דארט טויזנטער מענער. זיינע שיך האט מען צוגענומען און זיין תפילין של ראש האבן זיי צושפאלטן מיט א מעסער. ער איז געשטעלט געווארן בארוועס פאר א לאנגע צייט נעבן די ליגנדיגע, און נאכער האבן זיי אים געמאכט ארומלויפן ארום דעם מארק פלאץ.

עס איז נישט באקאנט איבער קיין פאטאליטעטן ביי דער אקציע, אָבער צווישן אנדערע זענען געווען וואס האבן פאַרלאָרן זייערע ציין ווען זיי זענען געווארן געצוואונגען צו קייען זשוויר אין זייערע מיילער. אין די בילדער איז דאקומענטירט אידן וואס שטייען אין דעם וואַסער אונטער אַ בריק, בעטנדיג פאַר זייער לעבן, עס ווערט געזען א איד וואס שניידט אפ די באָרד פון אן אנדער איד. דערצו זענען פארהאן בילדער פון עלקוש ווייזנדיג אידן אין טליתים, און איינער מיט אַ מגן דוד אויף זייַן פּאַס. קוקט אויס אז דאס איז פון דער זעלבער אקציע, און אַז די אידן שטייען דארט איידער ארויספירן צום הרגענען רח"ל (אפשר בלויז א דמיון).

בילדער פון דער דערנידערונג פון עלקוש[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אויפן יד ושם וועבזייטל:

לינקען צו בילדער פון וועבזייטל פון ווילנער געטא -

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]