עדיפוס

פֿון װיקיפּעדיע
אדיפוס

עדיפוס איז א טראגעדישער פיגור אין דער גריכישער מיטאלאגיע.

די מיטאלאגיע דערציילט אז עדיפוס איז געווען א קינד צו זיין טאטן לאיאס, דער קעניג פון טעביי, און צו זיין מאמען יאקאסטא. ווען עדיפוס איז געבוירן געווארן האט דער מגיד עתידות אראקעל פון דעלפי געזאגט נבואה אז עדיפוס וועט אין זיין עלטער מארדן זיין טאטע און ליגן מיט זיין מאמען. עדיפוסס עלטערן האבן באשלאסן גערן צו איבערגעבן זייער קינד צו א פאסטאך, זאל אראפווארפן דאס קינד פון א הויכע בארג. אבער דער פאסטאך מיט זיין דערבארעמדיקייט האט דאס נישט געטון, און האט איבערגעגעבן דעם קינד צו אן אנדער פאסטאך פון קארינאטוס. דער פאסטאך פון קארינאטוס האט איבערגעגעבן דעם קינד צו די אומפרוכפערדיקע קעניגן פון קארינאטוס.

ווען עדיפוס איז דערוואקסן געווארן האט ער באזוכט דעם זעלבער צוקונפט-אנזאגער "אראקעל פון דעלפי" און איז דערוווסט געווארן פון די שרעקלעכע נבואה אז ער וועט אין צוקונפט הרגענען זיין טאטן און ליגן מיט זיין מאמען, דערפאר האט ער אנטלאפן געשווינד צו דער שטאט טעביי (אומוויסנדיק אז זיינע אמתע עלטערן וווינען דארט). אויפן וועג צו טעביי האט ער זיך באגעגנט מיט א דראשקע וואס צוליב-וואס האט זיך אנטוויקלט א קריג צווישן אים מיט די דראשקע איינזיצערס, וואס ביים ענדע האט ער געהרגעט זיין אומווויסנדיגער טאטע "לאיאס" וואס איז דארטן געווען.

ווען עדיפוס איז אנגעקומען ביים מויער פון טעביי האט ער באזיגט א שרעקלעכער ספינקס מאנסטער וואס האט זיך אימער פערזוימט ביים טויער פון טעביי און פארמיידט אלע איינוווינערס פון איר א דורך צו גיין. צוליב דעם האט די שטאט טעביי באשטימט עדיפוס ווי זייער קעניג צו זיין אומוויסנדיקע מאמע יאקאסטא.

עדיפוס מיט זיין מאמע האבן געבוירן 4 קינדער: צוויי זין פאלינעקעס און עטעאקלעס, און צוויי טעכטער אנטיגאנא און איסמענא.

אין א צייט ארום האט זיך צעשפרייט א שרעקלעכע עפידעמיע אין טעביי וואס דורך דעם איז געווויר געוארן פאר עדיפוס זיינע זינד אז ער האט געהרגעט זיין טאטן און געלעגן מיט זיין מאמען, גלייך דערנאך האט ער זיך אויסגעהאקט זיינע אויגן, און גוזר געווען אויף זיך גלות.

נאך דעם האבן זיינע קינדער "פאלינעקעס" מיט "עטעאקלעס" זיך צוקריגט, פאלינאקעס איז אנטלאפן קיין ארגאס און חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון דעם קעניג פון ארגאס. נאכער איז ער ארויס מלחמה קעגן דער שטאט טעביי וואס ביי דעם קריג האבן די צוויי ברידער זיך געהרגעט איינער דעם צווייטן, און די שטאט טעביי האט געווונען דעם קריג.

קרעאן דער ברודער פון "יאקאסטא" איז ארויף ווי אן הערשער פון טעביי, און האט באפוילן צוצוגרייטן א פרעכטיקע לוויה צו "עטעאקלעס", און דער קערפער פון "פאלינעקעס" דער פאררעטער ווארפן אין פעלד זאלן די הינט און די רויב־פויגלען אים אויפרייסן.

פון דער געשיכטע האט דער יידישער פסיכאלאגער זיגמונד פרויד ערפינדן דעם באגריף עדיפוס קאמפלעקס אויף דערוואקסענע וואס בלייבן אויפגעהאנגען צו זייער מאמען.