סעודה המפסקת
אויסזען
סעודת המפסקת איז טייטש די אפטיילונג סעודה און איז די סעודה וואס מען עסט איידער א תענית וואס האלט אהן א טאג מיט א נאכט פאנגט זיך אהן.
עס זענען דא 2 סעודות המפסקת איבער דעם יאר, איינס אום ערב תשעה באב, און די צווייטע אום ערב יום כיפור.
הלכות און מנהגים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]עס זענען דא פארשידענע הלכות און מנהגים ביי די סעודת המפסקת.
- וויבלאד עס איז די לעצטע סעודה פון פאר די תענית פאנגט זיך אהן איז דא וואס האלטן אז מען דארף זיך אויסנעמען פארן בענטשן אז מען גייט עסן נאך עפעס פאר די תענית קומט אריין, אויב מען וויל עפעס עסן, אנדערש מעג מען נישט עסן.