סמארט קאר

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

סמארט קאר (קלוגער אויטא) איז א קליינער אויטא וועלכע רופט זיך סמארט און איז פראדוצירט דורך מערצעדעס. דער אויטא איז אן אלטערנאטיוו צו פול סייז אויטאס פאר מענטשן וועלכע ברויכן נישט מער ווי א קליינע אויטא און ווילן שפארן גאזאלין.


דער געבוי[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

עס איז אינגאנצן 8 פיס לאנג (2.5 מעטער) לאנג און וועגט א קארגע 1,600 פונט וועלכע מאכט אים די לייכסטע אויטא אין די וועלט. עס פארמאגט א דריי צילינדער מאטאר וועלכע פרעסט נאר איין גאלאן פער יעדע 80 מייל, דאס איז גענוי א דריטל פון די בעסטע גאזאלין עקאנאמישע אויטא אויף די מארקעט. עס נעמט אריין בערך 8 גאלאן אין זיין טאנק וועלכע לאזט אים פארן בערך 600 מייל ביז מען ברויך דאס איבערפילן. ווען מען קוקט אן דעם אויטא צום ערשטן מאל גלייבט זיך שווער אז צוויי מענטשן קענען דארט אריינגיין אבער עס איז איבערראשענד וויאזוי צוויי מענטשן גייען דארט אריין זייער באקוועם און דאס איז איינע פון די הויפט מעלות פון דעם אויטא. דער געבוי פון דעם אויטא איז עס זאל זיין ווי קלענער אין סך הכל אבער נאך אלץ געבן דאס מערסטע פלאץ וואס מעגליך פאר די פאסאזשירן און אפילו פאר אביסל פעקלעך.

פארקינג איז א צווייטע הויפט מעלה פון דעם סמארט קאר. כמעט אויף יעדע גאס איז געווענליך פאראן מער פארקינג פון וויפיל אויטאס זענען דארט געפארקט. דער פראבלעם איז אז יעדע אויטא פארקט א צווייטע צייט און עס קומט אויס אין די ענדע אז אויטאס זענען אפגערוקט איינע פון די אנדערע און עס איז פונקט נישט פאראן גענוג פלאץ פאר נאך אן אויטא דארט צו פארקן. דער סמארט קאר גייט אבער אריין איבעראל ווייל עס איז נאר 8 פיס לאנג וואס מיינט האלב פון א דורכשניטליכע אויטא און אפילו קורצער ווי א גרויסע מאטארביציקל. אויב איז נאך אלץ נישט פאראן גענוג פלאץ צו פארקן קען מען פארקן אין די לענג און עס וועט זיך קוים אביסל ארויסשטעקן פון אלע אנדערע אויטאס. עס איז אומלעגאל אין רוב לענדער אבער די סמארט קאר דרייווער טוען דאס נאך אלץ אסאך מאל נאר פאר אינטרעסאנטקייט.

זיכערהייט איז געווען איינע פון די הויפט פריאריטעטן ווען מען האט געבויט דעם אויטא. שטעלט אייך פאר אויב א סמארק קאר זאל זיך צוזאמענקראכן מיט א גרויסע יוקאן עס-יו-ווי וואלט דאס געברויכט ווערן א מצה. אבער דער סמארק קאר איז געוויס נישט אזוי און עס וואלט נישט געקענט ארויסגיין אויף די מארקעט אויב עס וואלט געווען אזוי. דער סמארט קאר איז געבויט זייער קונצליך און עס איז אויסגערעכנט אז ווען עס קראכט זאל זיך דאס איינבייגן אויף געוויסע פלעצער און נישט אטאקירן דאס ארט וואו די פאסאזשירן זיצן. דער קערפער פון דעם אויטא איז געמאכט פון שטארקע אייזן און אויך די פלאסטיק טיילן זענען שטערקער ווי א דורכשניטליכער אויטא.

פארשטייט זיך אז דער סמארט קאר איז נישט אזוי פארזיכערט ווי א גרויסע פול סייז אויטא, אבער לויט איר סייז איז עס דאס מערסטע פארזיכערט פון אלע קליינע אויטאס וועלכע ווערן אפערירט איבער די וועלט. די פירמע האט דורכגעפירט 50 פובליק עקסידענט פראבעס און איינע נאך די אנדערע האבן די עקספערט דאס באוואונדערט.


מאדעלן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער ארגינעלער סמארט קאר איז אן אויטא וועלכע איז געמאכט פאר צוויי מענטשן צו זיצן און רופט זיך "סמארט פאר טו". דער מאדעל איז ארויסגעקומען די ערשטע נאך אין 98' און ווערט דאס מערסטע פארקויפט פון אלע סמארט מאדעלן. דער סמארט פאר טו קומט אויך אין א קאנוועריבל מאדעל פאר די וואס גלייכן צו פארן אן א דאך אין דער זומער. דער מאדעל פארמאגט דעם מאטאר אינעם אונטערשטן טייל פונעם אויטא און אלע זענען אויטאמאטיש אבער דארף ווערן אפערירט מיט די הענט צו טוישן גירס. דאס איז אזויווי די אויטאמאטישע אויטאס וועלכע גיבן די געלעגנהייט צו דרייוון מיט די הענט. עס פארמאגט נישט קיין קלאטש ברעיק אבער די גירס טוישן זיך נישט אליינס וואס מאכט אים א סעמי-אויטאמאטישער אויטא.

דער סמארט פאר טו איז צום מערסטן אויפגעכאפט אין אייראפע און אין יאפאן אבער די יאפאנעזע האבן אן אייגענע סמארט פאר טו וועלכע איז אביסל אנדערש ווי די אייראפעאישע כדי צו קענען גרייכן די סטאנדארטן פו די יאפאנעזע אויטא מארקעט וועלכע ווערט קאנטראלירט דורך די רעגירונג. דער סמארט פאר טו איז שוין אנגעקומען אויך קיין קאנאדע און שטייט ביי די טיר פון אמעריקע ווי מיר וועלן באלד זען.

אין 02' איז סמארט ערשינען מיט איר צווייטן מאדעל וועלכע רופט זיך קראוסבלעיד. דער אויטא איז דער זעלבער ווי דער סמארט פאר טו מיט'ן איינציגסטן חילוק אז עס פארמאגט א בעסערע מאטאר און וועגט אביסל מער וואס מאכט איר נוצן אביסל מער גאזאלין אבער איז נאך אלץ זייער ווייניג קעגן אן אנדערע אויטא אין איר קאטעגאריע. דער קראוסבלעיד מאדעל איז א לימיטירטע מאדעל וואס מיינט אז עס ווערט נאר געמאכט פאר ספעציעלע באשטעלונגן.

א דריטער סמארט קאר מאדעל איז ערשינען אין 04' און רופט זיך די פאר פור. דאס איז שוין א גרעסערע אויטא וועלכע נעמט אריין פיר מענטשן און איז בערך אזוי גרויס ווי א צוויי טירן אויטא פון אן אנדערע פירמע. דער אויטא פארמאגט א פיר צילינדער מאטאר און וועגט פיל מער וואס מיינט אז עס עסט פיל מער גאזאלין ווי דער סמארט פאר טו. אבער נאך אלץ איז עס א גוט געבויטע אויטא וועלכע איז זייער פארזיכערט און זינט דער נאמען סמארט איז געווארן אויפגעכאפט קויפן מענטשן אויך דעם מאדעל נאר וויבאלד עס הייסט סמארט.

א פערטע סמארט מאדעל רופט זיך דער סמארט ראודסטער. דער מאדעל איז ווי א ספארט קאר אבער איז די זעלבע קליין און ארבעט אויפ'ן זעלבן סיסטעם ווי דער סמארט פאר טו. דער פרייז איז טייערער און עס האט זיך נישט אזוי גוט פארקויפט און די פירמע האט באשלאסן אפצושטעלן פראדוקציע קומענדיגן יאר.

די פירמע גרייט זיך אויך ארויסצוגעבן קומענדיגן יאר א סמארט עס-יו-ווי וועלכע וועט קענען ארייננעמען 6 מענטשן אבער וועט זיין פיל קלענער און לייכטער ווי א דורכשניטליכער עס-יו-ווי. דער מאדעל וועט גערופן ווערן "סמארט פאר מאר". אין אנפאנג האט געהייסן אז דער סמארט פאר מאר וועט זיין דער ערשטער סמארט מאדעל צו גרייכן אמעריקע אבער די פלענער זענען געטוישט געווארן און אמעריקע וועט ערשט באקומען די סמארט פאר טו.


די פירמע און איר היסטאריע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער סמארט פירמע איז א אפטיילונג פון מערצעדעס וועלכע שטודירט און פראדוצירט די סמארט אויטאס. דאס איז אויך איינע פון די סיבות פארוואס עס איז געווארן אזא סוקסעס דערפון, ווייל מערצעדעס איז באוואוסט אלס א טייערע פירמע וועלכע פראדוצירט די וועלט'ס בעסטע אויטאס און אן אויטא וואס זיי מאכן קען נישט זיין צו שלעכט.

אבער נישט מערצעדעס איז געווען דער אויסטרעפער פון דעם סמארט קאנצעפט. עס איז געווען דער פרעזידענט פון די שווייצע זייגער פירמע סוואטש, ניקאלעס האיעק. האיעק איז א געלונגענער מענטש וועלכער האט באוויזן צוריק צו ברענגן די וועלט'ס זייגער ביזנעס קיין שווייץ נאכדעם וואס די יאפאנעזער האבן אנגעהויבן אוועקנעמען די ביזנעס. האיעק איז אן אינווענטירער וועלכע גלייכט צו מאכן נייע זאכן און עס איז אים איין טאג בייגעפאלן צו פראדוצירן א קליינע געלונגענע אויטא וועלכע יעדער זאל זיך קענען ערלויבן.

זינט האיעק האט נישט געהאט קיין שום ערפארונג אין די אויטא אינדוסטרי האט ער געזוכט א אויטא פירמע וועלכע זאל אינוועסטירן אינאייעם מיט אים און אנטוויקלן זיין חלום אויטא. ערשט האט ער זיך אנגעבינדן מיט די דייטשע אויטא פירמע וואלקסוועגן און זיין אויטא האט געזאלט זיין א הייבריד אויטא וועלכע'ס ציל איז געווען צו געבן א אויטא פאר יונגע מענטשן און זאל קענען פירן צוויי מענטשן און עטליכע פלעשלעך ביר (שפעטער האט מען דאס אויפגעטוישט צו וואסער). אבער די צוויי האבן זיך נישט געקענט פאראייניגן אויף א געשעפט און סוואטש האט איבערגעלאזט וואקלסוועגן און געשלאסן א געשעפט מיט דיימלער-בענז וועלכע איז די אייגנטומער פון אלע קרייסלער און מערצעדעס אויטאס.

די פראדוקציע האט זיך אנגעהויבן און עס האט אפגעקאסט פיל מער ווי מען האט זיך געראכטן וואס האט געמיינט אז די אויטאס וועלן דארפן קאסטן פיל מער ווי מען האט ארגינעל געפלאנט. סוואטש איז געווען זייער אומצופרידן דערפון און האט זיך ארויסגעצויגן פון דעם געשעפט און מערצעדעס האט באשלאסן אנצוגיין ווייטער מיט די פלענער. מערצעדעס האט זיך פאראייניגט אין טייל מיט עטליכע אויטא פירמעס וועלכע זענען אויסגעצייכנט אין קליינע אויטאס און דער סמארט קאר איז געבליבן לעבן.

דער נאמען סמארט איז געגרינדעט געווארן פון דעם געשעפט צווישן סוואטש און מערצעדעס. די בוכשטאבן עס. און עם. רעפרעזענטירן די צוויי פירמעס סוואטש און מערצעדעס און דאן קומט דאס ווארט ארט וואס רעפרעזענטירט די קונצווערק פון דער אויטא.

אויף דערווייל זענען די סמארט אויטאס פארשפרייט אין 30 לענדער ארום די וועלט. דאס מערסטע פארקויפט זיך דאס אין אייראפע און דערנאך קומט אזיע און דערנאך קאנאדע וואו עס האט דעגרייכט א יאר צוריק און איז אויספארקויפט געווארן אין מינוטן. אבער די ריכטיגע מארקעט וועט זיך ערשט אנהייבן ווען עס וועט גרייכן אמעריקע, ערווארטעט אין עטליכע מאנאטן. דער אויטא האט נישט געקענט דעגרייכן די זיכערהייט סטאנדארטן וואס די אמעריקאנער טראנספארטאציע פארלאנגט פון אלע אויטאס אין אמעריקע און א פירמע פון קאליפארניע מיט'ן נאמען זעפ האט זיך אונטערגענומען צו מאדיפיצירן דעם אויטא און זי וועט דאס דערנאך פארקויפן איבער'ן לאנד.

די פירמע זעפ האט אסאך ערפארונג מיט קליינע אויטאס, סקוטערס, און מאטארביציקלעך. אבער די פירמע איז נישט אזא פאראנטווארטליכטע פירמע און סמארט האט נישט מסכים געווען צו פארקויפן פאר איר דירעקט. זעפ איז געווען געצווינגן צו שליסן א געשעפט מיט א דריטע פארטיי פירמע פון אייראפע וועלכע וועט קויפן די אויטאס פון סמארט און דאס ווייטער פארקויפן צו זעפ וועלכע וועט דאס מאדיפיצירן צו אמעריקאנער סטאנדארטן און דערנאך קענען פארקויפן אין אמעריקע.

זעפ וועט טוישן די לעקטערס און טייל עלעקטראנישע אפטיילונגן און וועט צולייגן עירבעגס און נאך עטליכע קלייניקייטן. אין 2006 האט זעפ ארויסגעלייגט דעם אויטא אויף אי-בעי פאר א ליציטאטציע ווער עס וועט באקומען דעם ערטשן אמעריקאנער סמארט קאר. די ליציטאציע איז באטראכט געווארן דורך 21,000 מענטשן און 71 מענטשן האבן געלייגט א ביד דערויף און איינער פון אריזאנע האט דאס אין די ענדע געווינען פאר דעם סומע פון $35,000. דער סמארט וועט אבער נישט קאסטן אזויפיל און מען רעכנט זיך צווישן 13 און 15 טויזענט דאלאר וואס מיינט אז דער ערשטער אויטא האט זיך פארקויפט פאר מער ווי דאפעלט.

דער סמארט אויטא איז דערווייל א סוקסעס פאר איר סארט מארקעט אבער איז נאך אלץ א וויץ קעגן די ריכטיגע אויטא מארקעט. די פירמע האט דערווייל פארקויפט ארום 150,000 שטיק דערפון אבער לייגט גרויסע האפענונגן אז די אמעריקאנער וועלן דאס אויסכאפן און ברענגן איר ענדגילטיגער סוקסעס. מיט אזעלכע הויכע גאזאלין פרייזן איז טאקע דאס בעסטע צייט פאר די פירמע צו קענען פארווירקליכן אירע פלענער.

ווי עס הייסט יעצט וועט זעפ פארקויפן די סמארט אויטאס אין אמעריקע'ס 5 גרעסטע שטעט און לויט ווי שטארק עס וועט גיין לויט דעם וועט זיך ווענדן איר צוקונפט. שטודיעס ווייזן אז אין דורכשניטליך זיצן נאר 1.2 מענטשן אין אן אויטא וואס מיינט אז א גרויסע צאל מענטשן פארן רוב מאל אליינס און א סמארט קאר קען זיין א גוטע זאך פאר זיי. עס איז סטייליש, שטארק, ביליג, און פארט זייער גוט. און מען דארף זיך אויך נישט שעמען דערמיט ווייל נאך אלעם איז עס א מערצעדעס.