סימפאזיום
א סאציאלער צונויפטרעף ארט, ווי מ'פלעגט נאך מיט נאענט צו טויענט יאר צוריק אנרופן אזא סארט געזעצל, ווי מ'פלעגט זיך צונויפקומען שמועסן אדער דורכרעדן און דערביי כאפן א טרינק.
די סימפאוזיום ווערט אראפגעברענגט אין די ביכער פון די גריכישע פיליזאפן, פלאטו (אפלטון), און זייערע ביכער ווערט אויספירליך באריכטעט איבער פלאטוס סימפאזיוםס.
היינטיגע צייטן איז דער סימפאזיום געבליבן א סאציאלער געזעצל, אבער אן דעם טרינק.
דער סימפאזיום אמאל און היינט איז געווען דער צוועק פון א צונויפקום צו שמועסן, דעבאטירן, פאר פאלעמיקס, פאליטישע און פיליזאפישע.
דאס טרונק וואס מ'האט סערווירט ביים סימפאזיום איז נישט געווען אבי וואס. א ספעציעלער סימפאזיטאר איז געווען געשטעלט צו מישן דאס וויין, ציגיסן וואסער, און די פארזאמלטע האבן זיך גוט אונטערגעהאלטן.
סימפאזיום היינט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]היינט, אין די מאדערנע עפאכע איז דער באגריף פון א סימפאזיום געבליבן די זעלבע וואס אמאל. פון צייט צו צייט פאררופן די אוניווערזיטעטן צונויף מערערע פראפעסיאנעלן, אינטעלעקטואלן און געלערנטע מענטשן, און מ'האלט אפ א סימפאזיום, איבער א געוויסע טעמע, צי איז עס איבער געזונט אדער עקאנאמיע. טויזענטער מענטשן ווערן גערופן מיטצוהאלטן דעם סימפאזיום, און א מאדערעיטאר ווערט אויסגעקליבן אנצופירן מיט דעם סימפאזיום, וועלכער פרעגט די פראגן און דעבאטירט די אישוס וועלכע זענען איצט אויפן טאג ארדענונג.