סורפסייד געביידע צוזאמפאל
אום 24סטן יוני 2020 איז א צוועלף שטאקיגע טורעם-געביידע אין סורפסייד, פלארידע, א קליינער געגנט נעבן בעל הארבער און מיאמי ביטש אין מיאמי, פלוצלינג צוזאמגעפאלן, מיטשלעפנדיג מיט זיך צענדליגער מענטשן.
97 מענטשן זענען אומגעקומען, און אפגעפונען געווארן אונטער די הויפנס ברוכווארג נאך טעג און וואכן פון זוכן דורך הונדערטער רעטונג ארבעטער, און עלף מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן. איין מענטש איז דערווייל נישט אפגעפינען געווארן.
עס איז דער טויטליכסטער געביידע צוזאמפאל אין אמעריקאנער היסטאריע.
די טראגעדיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די טראגישע געשעעניש האט פּאסירט ארום 1:30 מיטוואך אינמיטן נאכט, בשעת וואס די איינוואוינער פון דער "טשאמפלעין טאוערס" געביידע אויף קאלינס עוועניו און 88סטע סטריט, זענען טיף געשלאפן, ווען די געביידע איז אן קיין ווארענונג פלוצים צוזאמגעפאלן, אין בלויז עטליכע סעקונדעס, פארכאפנדיג איבער הונדערט מענטשן אונטער הויפנס ברוכווארג, אריינגערעכנט פילע אידן.
35 מענטשן זענען ארויסגעראטעוועט געווארן פון צווישן די ברוכווארג.
דער שטייענדיגער טייל געביידע איז איינגעווארפן געווארן עלף טעג שפעטער, דורך א קאנטראלירטער אויפרייס, כדי די רעטונג און זוך אקציעס זאלן קענען פארזעצן אומגעשטערט און אן מורא אז דער וואקלדיגער טורעם וועט איינפאלן.
די זוך ארבעט האט פארגעזעצט פאר עטליכע וואכן.