סאל א קאקאש

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

סאל א קאקאש מאר (אונגאריש: Szól a Kakas Már) איז א ליד אויף אונגאריש וואס דער צדיק רבי אייזיק פון קאלעוו האט אמאל געהערט פון א פאסטוך אין אונגארן.

ער האט דאן באשלאסן ביי זיך אז דאס פאַסט זיך אריין פאר אידן.

דער ניגון איז א בענקעניש פון א פאסטוך וואס זעט ווי א שיינער פויגל שטייט אין פרייען פעלד, און בענקט און גלוסט אנצוקומען צו זיין נעסט, מען טרייסט אים אז ווען די ריכטיקע צייט וועט קומען וועט ער אנקומען צו זיין ציל.

דער נמשל איז אז אידן בענקען און גלוסטן צו משיח, מען טרייסט זיי צו ווארטן ביז דער ריכטיגער צייט.

וועב לינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]