נמנע הנמנעות

פֿון װיקיפּעדיע

נמנע הנמנעות איז א באגריף אין דער טעאלאגיע פון חב"ד, וואס מיינט אז גאט קען מאכן אפילו זאכן וואס האבן אן אינערלעכע סתירה, למשל מאכן אז צוויי מאל צוויי וועלן זיין פינעף.


דער געדאנק פון נמנע הנמנעות איז זייער קאנטראווערסיאל אין דער יידישע מחשבה, און ס'איז אנטקעגן די שיטה פון רב סעדיה גאון, רמב"ם[1], רשב"א[2], און די אלע ראשונים.

ס'זיינען דא חב"דצקער וואס טענען, אז פון נמנע הנמנעות קומט ארויס אז גאט קען אפילו באשאפן אן אנדער גאט ווי אים, אדער טוט זיך אן אין א מענטשלעכע קערפער, רחמנא ליצלן.[3] דאס האט אויך א שייכות מיט די באוווסטע שאלה, אויב גאט קען באשאפן א שטיין וואס ער קען נישט אויפהייבן.

וואס דער אויף דעם איז זיכער קען ער א שטיין באשאפן וואס ער קען ניט אויפהויבן אבער נאך דעם ווי סאיז באשאפן געווארן קען ער עס יעצט יא אויפטאן ווייל דאס איז דער ווארט פון נמנעהנמנעות אז ס'איזניט דא קיין סתירותביי ה וואס דאס איז עפעס מען קען ניט גרונטלאך פארשטיין מיט דער מענטשליכע שכל

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. מורה נבוכים ג, טו.
  2. שו"ת ד, רלד.
  3. זעט אין ר' ישראל נתנאל רובין העברעישער בוך "מה שאלוהים לא יכול" ("וואס גאט קען נישט"), קאפיטל י"ט, "די נמנעות אין דער טעאלאגיע פון חב"ד", זייט 390-363. זעט אויך אין "ספר המאמרים" פון רש"ב, תרמ"ו-תר"ן (קה"ת, ניו יארק תשס"ז), זייט רע"ד.