לדלג לתוכן

נחמן שטויבער

פֿון װיקיפּעדיע
קיין פריי בילד

ר' נחמן שטויבער איז דער מנהל כללי פון א חלק אין קווינס ישיבה.

א דורכגעווייקטער חסידי'שער איד, מיט אן אמאליגען טעם און חן, איז נאך געווען משגיח אין סאנדז סטריט, געשטעלט דורך מרן רביה"ק מסאטמאר בעל ויואל משה זי"ע, ווי אויך האט ער דאן מקבל געווען פילע קבלות פונעם רבי'ן וואס ער חזר'ט שטענדיג איבער פאר די בחורים, בפרט אין זיין ספעציעלע דרשה וואס ער האלט יערליך פאר די בחורים אין קעמפ ערב די הילולא פון רבי'ן זי"ע, וואס געדויערט צווישן 4 און 5 שעה, און ציט זיך אריין ביז אין די שפעטע נאכט שעה'ן.

זיין ראיה איז שוין אביסעלע שוואך, דעריבער מישט ער טיילמאל אויף בחורים וואס לערנען שוין אינגאנצן נישט ביי אים, און האלט זיי פאר אויף עוולות וואס זיי זאלן האבן באגאנגען, און דערנאך ווען ער באמערקט זיין פארדריסלעכע טעות, בעט ער אנטשולדיגונג און גייט זיך ווייטער זיין וועג.

ער איז זייער א שטרענגער, און האלט אן גאר א שטרענגען דיסציפלין אויף זיין חלק אין ישיבה, צוליב וואס ער איז פארהאסט ביי טייל תלמידים, אבער לאידך גיסא באליבט ביי פילע אנדערע תלמידים וואס זענען אים גאר שטארק מכיר טובה.

איבער זיין נאאיווקייט און תמימות ווערט פארציילט, אז אמאל האט ער געטראפן א בחור אין דארמיטארי אין קעמפ מיט אן mp3 שפילער, האט ער זיך גענומען מאכן קולות, ווי קומט צו א בחור "אינטערנעט"?