לדלג לתוכן

נאטרעדאם דע פאריז

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון נאטרע דאם דע פארי)
דער פֿראָנט פֿונעם קאַטעדראַל

נאָטרעדאַם דע פּאַריז (פֿראַנצויזיש: Notre-Dame de Paris) איז אַ זייער אַלטער קאַטעדראַל אין פּאַריז, פֿראַנקרייך. ער איז איינער פֿון די מערסט באַקאַנטע ערטער אין פֿראַנקרייך, און אַ סאַך מענטשן באַזוכן דאָ יעדע יאָר. דער קאַטעדראַל ווערט אויף אַ קליינעם אינזל אויף דער סען טייך. ער איז דער קאַטעדראַל פֿון די קאַטאָלישע אַרכידיאָקעז פֿון פּאַריז, איין פֿון 23 אַרכידיאָקעזעס אין פֿראַנקרייך. ווען דער קאַטעדראַל איז פֿאַרטיק געווארן איז ער געווען דער גרעסטער פֿון דאָס סאָרט געבוי אין מערב אייראָפּע.

וויקטאָר הוגאָ האט געשריבן אַ באַקאַנטע געשיכטע וואס פּאַסירט אַרום דער קאַטעדראַל. אין אַנדערע שפּראַכן הייסט עס "דער הויקער פֿון נאָטרעדאַם", און עס איז אַדאַפּטירט געווארן אַ סאַך מאָל (אייַנשליסלעך אַן אַנימירטע דיזני אַדאַפּטאַציע). אין פֿראַנצויזיש הייסט עס נאָר "Notre-Dame de Paris".

לויט די טראַדיציע איז דער ערשטער שטיין פֿון נאָטרעדאַם אױפֿגעלײגט געווארן אין 1163 מיט די אָנוועזנהייט פֿונעם פּויבסט אַלעקסאַנדער דער דריטער.

דעם 15טן אפריל 2019 האט אַ גרויסע פֿייער אויפֿגעריסן ביים קאַטעדראַל בעת רעפּאַראַציע און רעפּראָדוקציע אַרבעטן. דער פּרעזידענט פֿון פֿראַנקרייך עמנואל מאַקראָן האט אַנאָנסירט אַז נאָטרעדאַם וועט ווערן ווידער געבויט, זאָגן אַז "ס'איז אַ טייל פֿונעם שיקזאַל פֿון פֿראַנקרייך, און אונדזער שותּפֿדיקער פּראָיעקט איבער די קומענדיקע יאָרן. און איך בין אײַנגעמאָנט פֿאַר עס."

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: נאָטרעדאַם דע פּאַריז